װיקיפּעדיע:פארלאמענט/אויגוסט ארכיוו 2007

פֿון װיקיפּעדיע

זאל מען שרייבן קורצע ארטיקלען אויף קליינע ישיבֿות וואס אירע תלמידים רעדן נישט אידיש?[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • צדדים אויף יא:
  1. אויך די העברעישע וויקיפעדיע שרייבט w:he:קטגוריה:ישיבות אויף זייערע שפראך ישיבות.
  2. יעדע ישיבה האט מיט זיך א היסטאריע און א אידיאלאגיע, ווען האט זיך עס אויפגעשטעלט, דורך וועמען, וועלכער רב שטייט אונטער דעם, דרכי הלימוד וכד'.
  3. דאס וועט ציען אהער פרישע באנוצער וואס וועלן זיך פרייען אז זייער ישיבה ווי מ'רעדט נישט קיין אידיש ווערט דא באשריבן.
  • צדדים אויף נישט:
  1. אלע שטומפיגע קורץ געשירבענע ארטיקלן באלאנגן נישט אין א אנציקלאפעדיע. און א זאך וואס האט נישט מיט אידיש רעדענדע וויסן גארנישט איינגעלייגט און עס איז נאך קורץ אויך איז עס בדרך כלל מסתם נישט גענוג מערקבאר פאר אונזער שפראך וויקיפעדיע אחוץ אז די באנוצער פארעכטן דאס אדער ברעננגן ארויס אין רעדן בלאט פארוואס דער ארטיקל איז א יוצא מן הכלל.
  2. נישט יעדער היסטאריע פון יעדן רב איז מערקווערדיג. למשל א ספרדישער חשובער עסקן, וואס רעדט נישט קיין אידיש, און קען נישט קיין אידיש, וואס האט געפענט א ישיבה'לע אין ערגעץ א געגענט וואס א אידיש רעדער וועט קיינמאל און זיין לעבן אהין פארוואפארן ווערן, וואסערע אומקער קענען מיר האבן מיט די דאזיגע פארשטופטע השקפה פארן אלגעמיינער אידישער אנציקלאפעדיע באנוצער?
  3. מיר שרייבן נישט איבער פריוואטע זאכן מיטן חשבון אז דאס וועט ציען פריוואטע מענשטן אהער. עס דארף זיין אויסגעהאלטן מיטן וויקיפעדיע:מערקווערדיגקייט פאליסי. און אז טאמער די דאזיגע מענטשן רעדן נישט קיין אידיש וויאזוי וועלן מיר זיי אהער ציען?

יא[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. איך בין מסכים איך זע נישט מיט וואס איז דאס אנדערש פון באשרייבן יעדע קליינע דערפל אין כינע צי אין שפאניע. ►רוני◄

ניין[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

שמועס[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער לינק וואס רוני ווייזט אן איז נישט דומה אהער, מיר פארשטייען אז יעדע זאך איז שייך צו באשריבן ווערן ישיבות מענשטן באגריפן נאר עס פאסן פאר אונזער אנציקלאפעדיע. מיר קענען נישט באשרייבן קיין באגריפן וואס איז נישט שייך אין דעם שפראך. ישיבות וואס מ'רעדט אידיש איז אוואדאי אין די אינטערעסע פון אידיש רעדער. אבער ישיבות וואס איז קליין קורץ געשריבן און ווילד פרעמד פאר אונזער געוויסן קען מען נישט לאזן דא. אויך וואס ער זאגט אז מיר באשרייבן יעדע קליינע דארפל איז ליגענט. מיר באשרייבן בלויז די דערפער וואס עס האבן געוואונט דערין אונזערע זיידעס רעביס און אידן בעפאר די חורבן--יודל 21:27, 2 אױגוסט 2007 (UTC)

איך זעה אז דאס וועט העלפן ברענגען פרישע באנוצער, אבער מצד שני קען דאס מאכן אסאך מחלוקות, שטיי איך אוועק און איך נעם נישט קיין שטעלונג. --משגיח 21:32, 2 אױגוסט 2007 (UTC)
יעדע זאך קען העלפן ברענגן פרישע באנוצער. מיר זענען אבער פאר אלעם אן אנציקלאפעדיע. באלאנגט דאס אין אן אנציקלאפעדיע? אויסדרוקליך נישט.--יודל 21:34, 2 אױגוסט 2007 (UTC)
אויב די שאלה איז אויב ס'בלאנגט אין א אינצילאפידיע האלט איך קלאר אז יא. אבער אלס מורא פון מחלוקת וואס דאס קען ברענגען שטיי איך ווייט. --משגיח 21:35, 2 אױגוסט 2007 (UTC)
פארוואס דארף א קורצער שטומפיגער טעמע וואס האט נישט גארנישט מיט אידישע רעדער זיין מערקווערדיג פאר אונז?--יודל 21:38, 2 אױגוסט 2007 (UTC)
ווייל שמחת תורה וויל איך גיין זעהן די הקפות דארט. --משגיח 21:38, 2 אױגוסט 2007 (UTC)
דאן בין איך מודה באלאנגט דאס יא דא. איך וועל איר פארעכטן--יודל 21:39, 2 אױגוסט 2007 (UTC)

ערשטנס אן ענציקלאפעדיע האט נישט צו טאן מיט וועלכע זייי רעדן די שפראך צווייטנס עס זענען דא אויך ספרדים וואס רעדן יידיש. ►רוני◄

סתם אן אנציקלאפעדיע האט טאקע נאר צו טאן מיטן ליינער, אבער אונזער אנציקלפעדיע האט בעיקר צוטאן מיטן שרייבער דאס הייסט אויב אן ארטיקל איז נישט מערקווערדיג פאר די שרייבער נעמט מען דאס אראפ. די ספרדים וואס רעדן אידיש לעבן צווישן אשכנזים. בדרך כלל איז אידיש אן אשכנזישער שפראך.--יודל 11:31, 6 אױגוסט 2007 (UTC)