שרגא פייוול זימערמאן

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

הר"ר שרגא פייוול הלוי זימערמאן איז דער אב"ד פֿון דער יידישער קהילה אין גייטסהעד.


זיין ערשטע רבנישע שטעלע איז געווען אלס דיין און רב אין קהל עדת ישרון פון וואשינגטאן הייטס אין זייער שול אין מאנסי.[1] דערנאך איז ער גיווארן רב פֿון קהל בני אשכנז אין מאנסי.

ר"ח אייר תשס"ח איז געווען זיין הכתרה אלס גייטסהעדער רב.[2] אנוועזנד ביי דער הכתרה זענען געווען הרב משה חיים אפרים פאדווא, אב"ד פון התאחדות קהלות החרדים, לאנדאן און הרב מענדל שנייבאלג אב"ד פון מחזיקי הדת, מאנטשעסטער און אנדערע חשובע ענגלישע רבנים.

הרב זימערמאן איז א זון פון ר' יצחק אשר הלוי זימערמאן און אן אייניקל פון הר"ר יונה הורוויץ אב"ד אונסדארף און פראנקפורט. ער איז אן איידעם ביי משה דאנער.



פֿריערדיגער:
הר"ר בצלאל ראקאוו
אב"ד גייטסהעד
תשס"ח -
נאָכפֿאלגער:
היינטיקער


רעפערנצן[באַאַרבעטן]

  1. 2001 מדריך הכשרות
  2. גייטסהעד באקרויינט איר נייעם רב