שרגא פייוויש האגער

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

רבי שרגא פייוויש האגער באקאנט אלס קאסאווער רבי.

רבי שרגא פייוויש איז דער עלטסטער זון פון רבי אברהם יהושע העשיל האגער פון קאסאוו, זון פון רבי שרגא פייוויש האגער (תר"ל-תרצ"ז) פון זעליטשיק, וואס איז געווען א זון פון רבי ברוך האגער פון וויזשניץ און אן איידעם ביי רבי משה האגער, דעם "לקט עני" פון קאסאוו.

ער איז אן איידעם פון ר' חיים וואזנער, געוועזענער רב פון דער סאטמארער קהילה אין לאנדאן, און איז אזוי ארום אן אייניקל פון דעם חסידישן פוסק הדור ר' שמואל וואזנער.

ער האט אנגעהויבן זיין קאריערע אנדערשט ווי אלע רבי'ס דעריבער איז ער אנגענומען אלס א מאדערן פון איין זייט גענוג אז די באמעס זאלן אים רעספעקטירן, און אויך אלס גרויסער תלמיד חכם און עובד ה' אז די פרומע און די קנאים זאלן אים נישט קענען באקעמפן און אפסטעמפלען אלס לינקער.

געדינט האט ער אלס דיין אין וויזשניצער קהילה אין בארא פארק זיך ערווארבן א נאמען אלס גאר א אחריותדיגער פוסק וואס ארבעט מיט אינגעלייט און ווייזט זיי די וועג אין עבודת ה'.

דערנאך זיך אפגעטיילט פון דארטן און געעפנט אן אייגן חסידות, די רעבישע קענען נישט האבן קיין טענות צו אים ווייל ער איז באמת א גרויסער יחסן מיט שענערע יחוס ווי אסאך רביס.

אבער זיין רעביסטעווע איז אנדערשט ווי אלע אדמורי"ם ווייל ער רעדט שמועסט און שפילט זיך מיט יעדעמס קינד פונקט ווי א נארמאלער בעל הבית.

אבער פון דער אנדערער זייט פירט ער טישן און שטיק פון א אדמו"ר כדי צו געבן שטאף פאר די חסידים זיי זאלן זיך קאכן אין זיין פערזענליכקייט און אים האלטן העכער ווי א געטליכער מענטש.

אזוי ארום האט ער זיך אהער געשטעלט אין היינטיגען דור אלס איינער פון די גרעסטע מאכטן.

ער האט מתיר געווען דעם עירוב אין בארא פארק צוליב קבלה, און איז געווען א הויפט כוח דאס אויפצושטעלן ביז זיין רבי דער וויזשניצער רבי פון מאנסי האט אים באפוילן צו שווייגן דערוועגן .

ער האט געגעבן דעם שטופ פאראויס פאר זשעי נעט אז זיי מעגן יא לאזן דעם עולם באזוכן גוגל כאטשיג רוב רבנים האבן מורא געהאט פון אזא אפענער צוטריט אבער ער איז געווארן אנגענומען צוליב דעם וואס די רבנים האלטן אז ער פארשטייט די מערסטע צום המון עם.

אזוי ארום טוט ער א געוואלד אין עסקנות צו נאכקומען די מאדערענע פארלאנגען פון דור וואס רוקט זיך פאראויס.