שפרה לעווין

פֿון װיקיפּעדיע

שפרה לעווין-לאָווען (מיידל נאמען: שפרה קרײנדל כ"ץ) איז אַ יידישע קאָמפאָזיטאָרין און שרייבערין וועלכע וואוינט הײַנט צו טאָגס אין מאָנטרעאַל, קאַנאַדע.

איהרע לידער זענען ערשינען אין די פאָפולערסטע חסידישע אלבאָמען און איהרע אַרטיקלען אין די פרומסטע מאַגאַזינען ווי: מעלות און באַלײַכטונגען.

הײַנט שרײַבט זי פאַרן פאָרווערטס.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זי איז אויפגעוואַקסן אינעם חסידישן שטעטל קרית טאָהש אין גאָר א פרומער חסידישער שטוב.

זי האָט יונגערהייט חתונה געהאט אין א געשדכ׳ענטן שידוך צו יוחנן לאווען, אויך פון א שטרענג פרומער פאמיליע, וועלכע האבן זיך געצויגן קיין טאהש פון לאנדאן, ענגלאנד. זיי האבן געהאט פיר קינדער וואוינענדיג אין טאהש. אין עלטער פון ניין און צוואנציג האט זי זיך אוועקגעצויגן פון טאהש מיט איר מאן און קינדער קײַן מאָנטריאל, וואו זיי האָבן שפעטער געטוישט זייער פרומען לעבנס-שטייגער און געהערן הײַנט צו א רעקאנסטרוקציאָניסטישער יידישער געמיינדע וואו זיי פירן זיך לויט ווי זייער הארץ באגערט.

אפילו זיי האבן אפגעלאזט זייער פרומען שטייגער רעדט די פאמיליע נאכאלץ די יידישע שפראך און שפרה שרייבט פון צייט-צו-צייט ארטיקלען אין יידיש.

לידער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • בת ישראל
  • הערצעלע
  • מלחמת היצר
  • קידוש ה'
  • מסורה
  • יענקעלע
  • שרי, טייערע כלה
  • עד מתי
  • טרערן
  • קום צוריק
  • חדר
  • א אידישע מאמע
  • חינוך
  • ירושלים
  • תחית המתים
  • שבת
  • בית אסתר
  • צדיק כתמר
  • עטרת תפארת-צניעות
  • תפילה
  • דאגה'לע
  • צאן קדשים
  • גלות
  • שבת געזעגענונג
  • מתי יגיעו
  • דוד המלך
  • צאתכם לשלום בית צירל
  • יוגנט


וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]