שערי ישר

פֿון װיקיפּעדיע

שערי ישר (שַערי יושר) איז א לומד'יש ספר נתחבר דורך הגאון רבי שמעון שקאָפּ, פון די גדולי ליטא, וואו ער ארבעט אויס אן אייגנארטיגער דרך הלימוד וועלכע ציהט מער צו לאגישער הלכה ווי סתם פילפול וואס איז דאן געווען איינגעפיהרט אין דער ליטע.

עס איז צום ערשט ערשינען אין יאהר ה'תרפ"ח אין ביאליסטאק ביים לעבן פונעם מחבר וועלכע האט געשריבן דערצו א לענגערע הקדמה. צו דער דריטער אויפלאגע אין ניו יארק וואו עס איז צוגעלייגט געווארן תיקונים און מפתחות, האט זיין זוהן משה מרדכי געשריבן א קורצע הקדמה.

אינהאלט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עס אנטהאלט זיבן שעָרים אין די ענינים פון ספקות, רובא און חזקה, און אין דיני עדות.

אינעם ערשטן באנד האט ער פיער שערים. די ערשטע שער "שער הספקות" אנטהאלט צוויי און צוואנציג פרקים. און אזוי אויך די צווייטע שער "שער החזקות" אנטהאלט אויך צוויי און צוואנציג פרקים.

די דריטע שער אנטהאלט זיבן און צוואנציג, און די פערדע דרייצן.

ס"ה באשטייט דער ערשטער באנד פון דריי הונדערט און דריי און פערציג זייטן.

דער צווייטער באנד אנטהאלט די שערים פון פינעף-זיבן און אנטהאלט 308 זייטן.

אין יאהר ה'תש"ע האט דניאל מאיר אסיג פון ירושלים איבערגעדרוקט די ערשטע צוויי שערים מיט הגהות והוספות.

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דרוקסאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • ביאליסטאק\ווארשע, תרפ"ח
  • ניו יארק, תשי"ט
  • ירושלים, תש"ע
  • ירושלים, תשע"ד

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • רבי שמעון יהודה הכהן שקאפ, ‏שערי ישר, דער ערשטער חלק פונעם ערשטן דרוק, ביי HebrewBooks