שמעון בר יוחאי

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
ל"ג בעומר בײַם קבר פֿון רשב"י אין מירון

רבי שמעון בר יוחאי (ר"ת: רשב"י) איז געווען א תנא און פון די גרויסע תלמידים פון רבי עקיבא, ער ווערט דערמאנט 320 מאל אין משניות..

זיין צייט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי שמעון בר יוחאי איז געווען פון פינפטן דור תנאים, און פון צענטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה. [1]

ספר הזוהר[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אזעלכע זאגן אז ער האט מחבר געווען דער קבלה-ספר דער "זוהר" און אזעלכע טענה'ן אז נישט. היינט איז אנגענומען ביי רוב פרומע די דעה אז דער זהר איז יא געשריבן געווארן דורך אים. (זעט מער דא: זוהר) ער איז געווען א תנא פון פערדן דור תנאים.

ביאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

עס איז נישט באקאנט דער פונקטליכער דאטום פון זיין געבורט. ער איז געווען אן איידעם ביי רבי פנחס בן יאיר. און האט געהאט איין זון רבי אלעזר בן רבי שמעון, וועלכער איז אויך געווען זיין הויפט תלמיד.

ער האט געלערנט דרייצן יאר ביים תנא רבי עקיבא אין זיין ישיבה אין בני ברק, דערנאך איז ער ווייטער געבליבן נאנט צו רבי עקיבא ווען ער איז געווען אין תפיסה ווארטנדיג אויף זיין טויט אורטייל דורך די רוימער. ער איז געווען פון זיינע פינף גרעסטע תלמידים.

זיין קאמף מיט די רוימער[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי שמעון איז געווען אן אויסגעשפראכענער און אפענער געגנער צום ברוטאלן רוימישן רעזשים וואס האט דאן געהערשט אין ארץ ישראל. פאקטיש איז זיין רבי, רבי עקיבא, געווען אן אקטיווער שטיצער פון בר כוכבא און זיין אויפשטאנד קעגן די רוימער, זייענדיג ביי דער מיינונג אז ער איז דער משיח וואס איז געשיקט געווארן אויסצולייזן די אידן. אויך רבי שמעון איז געבליבן כל ימיו אויסגעשפראכן קעגן זיי.

ער ווערט פאר'מסר'ט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

עווענטועל האט דאס געפירט אז ווען רבי יהודה האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אין לויב פון די רוימער און זייערע אויפטוען צו פארבעסערן דאס לעבן האט רבי שמעון אים שארף אפגעענטפערט: "אלעס וואס די רומיים האבן געטאן האבן זיי נאר געטאן פאר זיך זעלבסט. זיי האבן פארראכטן די גאסן - אריינצוזעצן דערין זונות. בעדער - זיך צו באדן דארט פאר זייער פארגעניגן. בריקן - זיי זאלן קענען נעמען שטייערן" (שבת לג:).

רבי יהודה בן גרים איז אויך דארט געזעסן און צוגעהערט, ער האט די ווערטער איבערדערציילט אויף די גאס און מוסרים האבן דאס איבערגעגעבן פאר די רוימער וועלכע האבן אין רעזולטאט גרויס געמאכט רבי יהודה און זיך ארויסגעלאזט זוכן רבי שמעון אים צו פאראורטיילן צום טויט אלס מורד במלכות. רבי שמעון מיט רבי אלעזר זענען אריין אין באהעלטעניש און געזעצן א גאנצן טאג אין בית המדרש וואו זיין ווייב האט זיי יעדן טאג געברענגט ברויט און וואסער.

ווען די זוכונגען נאך רבי שמעון זענען געווארן שטארקער האט ער מורא באקומען אויב די רשעים זאלן נישט פארכאפן זיין פרוי און איר פייניגן ביז זי וועט ארויסגעבן זייער באהעלטעניש, זענען זיי ביידע אוועקגעגאנגען פון דארט אן זאגן פאר קיינעם און זיך באהאלטן אין א הייל אין די שטאט פקיעין

אין דער מערה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דארט אין דער מערה זענען רבי שמעון און רבי אלעזר געזעצן און געלערנט אן אויפהער. דער אויבערשטער האט זיי געמאכט א נס און עס איז ארויסגעוואקסן דארט א באקסער בוים, וועמען עס נעמט געווענליך זיבעציג יאר ביז ער הייבט אן ארויסגעבן פירות, אבער דא האט ער באלד ארויסגעגעבן באקסער. אויך איז דארט פון זיך ארויפגעקומען א קוואל וואסער. און דרייצן יאר האבן זיי געלעבט אויף די באקסער און וואסער! כדי זייערע קליידער זאלן נישט ווערן אפגענוצט האבן זיי א גאנצן טאג אויסגעטאן זייערע קליידער און זיך באדעקט מיט הוילע זאמד, נאר צום דאווענען האבן זיי אנגעטאן די קליידער. דארט זענען זיי געשטיגן מיט אויסטערלישע מדריגות אין זייערע קענטעניסן אין דער תורה.

נאך צוועלף יאר וואס זיי זענען דארט געזעצן איז געקומען אליהו הנביא, זיך געשטעלט ביי די טיר און אויסגערופן: "ווער וועט איבערגעבן פאר דעם זון פון יוחאי אז דער טויט אורטייל אויף אים איז בטל געווארן ווייל דער רוימישער קייסער איז געשטארבן?" [דאס איז געווען אן אלטער איינפיר אז ווען א קייסער איז געשטארבן זענען בטל געווארן אלע זיינע גזירות]. ווען זיי האבן דאס געהערט זענען זיי ארויס פון דער מערה, זייענדיג אפגעוואוינט פונעם ערדישן טאג טעגליכן לעבן האבן זיי געקוקט מיט וואונדער וויאזוי מענטשן טוען זייער רוטינער ארבעט ווי אקערן, זייען, פלאנצן א.א.וו. האבן זיי זיך אנגערופן מיט וואונדער "מען לאזט איבער דאס אייביגע לעבן [די תורה הק'] און מ'באשעפטיגט זיך מיט צייטווייליגן לעבן [גשמיות]?", און וואו זייערע אויגן האבן געקוקט איז פארברענט געווארן. איז ארויס א בת קול פון הימל: "זענט איר ארויסגעקומען חרוב צו מאכן מיין וועלט? גייט צוריק אין אייער הייל", זענען זיי צוריק אין דער מערה.

ווען עס זענען אריבער צוועלף חדשים האבן זיי געהערט א בת קול אז זיי קענען ארויסגיין דען רשעים ווערן אויך נישט געמשפט מער ווי צוועלף חדשים אין גיהנום.

ביים ארויסגיין איז רבי אלעזר פארט נישט געווען רואיג און ער האט ווייטער געהאט תרעומת אויף די פעלד ארבעטער, אבער יעצט וואו רבי אלעזר האט פארברענט מיט זיין בליק האט רבי שמעון געהיילט זאגנדיג פאר זיין זון: "איך מיט דיר זענען גענוג פאר די וועלט". דאן איז געווען ערב שבת, האבן זיי באגעגנט א איד מיט צוויי הדסים אין די הענט, אויף זייער פראגע האט דער איד ערקלערט אז איינע איז קעגן "זכור את יום השבת לקדשו" און די צווייטע איז קעגן "שמור את יום השבת לקדשו", רופט זיך אן רבי שמעון: "זע ווי באליבט די מצוות זענען אויף אידן", ערשט יעצט איז רבי אלעזר גענצליך בארואיגט געווארן.

זיין תורה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

באקאנט אלץ רבי שמעון און משניות און אין גמרא, ס'איז אָנגענומען אַז ער איז דער מחבר פון ספר הזוהר.

זיין גרויסקייט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ער האט זיך אויסגעדרוקט אויף זיך זעלבסט: "איך אליין קען באפרייען די גאנצע וועלט פונעם אויבערשטנ'ס דין פון דעם טאג וואס איך בין באשאפן געווארן ביז היינט" (סוכה מה:). אויך זאגט ער דארט: "אויב זענען פאראן בלויז טויזנט בני עליה זענען איך מיט מיין זון רבי אלעזר צווישן זיי, אויב זענען נאר דא הונדערט זענען מיר צווישן זיי, אויב זענען נאר דא צוויי זענען מיר דאס" (שם). [זעלבסטפארשטענדליך אז מיר האבן קיין השגה איבער די גרויסע קדושה פון דעם הייליגן תנא און וואס עס זענען געווען זיינע כוונות מיט די ווערטער].

זיין קבר[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ער איז באערדיגט אין מירון וואו טויזענטער אידען שטראמען אהין א גאנץ יאר צו זיין ציון און בפרט אין טאג פון זיין יארצייט ל"ג בעומר.

אמאל איז די רוימישע מלכות ברויגז געווען אויף אים צוליב וואס ער האט געזאגט אז אלע וואוילטעטיגע זאכען וואס זיי טוען מיינען זיי נאר זיך אין זיי האבען אים געוואלט חלילה הארגענען איז ער אנטלאפען און זיך באהאלטען אין א הייל פאר צוועלעוו יאר אין געלערענט תורה מיט מסירות נפש אין ער האט זיך געשפייזט פין א באקסער בוים וואס איז בדרך נס ארויס געוואקסען אויפען ארט אין פין א קוואל וואסער וואס איז דארט געווארען זכותו הגדול יגן עלינו

מירון[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער אריז"ל האט אנטפלעקט זיין קבר אין ארץ ישראל אין דעם דארף מירון.

כלל ישראל פייערט זיין יום הילולא אום ל"ג בעומר, און מען פירט זיך צו מאכן חאלקה ביי זיין ציון אויך אין אנדערע טעג פון יאר.

דער דיכטער ר' שמעון לביא האט מחבר געווען א פאעזיע לכבוד אים מיטן נאמען: "בר יוחאי".

אין משניות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי שמעון ווערט דערמאנט אין מערסטע מסכתות פון ש"ס, אויסער אכט מסכתות - מסכת ברכות, מסכת חלה, מסכת תענית, מסכת מגילה, מסכת נדרים מסכת תמיד, מסכת מדות, מסכת קנים.

סדר זרעים - (אכט און פופציג מאל)

  • מסכת פאה - דריי מאל - פרק א' משנה ג' .. פרק ג' משנה ח' .. פרק ד' משנה א'.
  • מסכת דמאי - צוויי מאל - פרק ג' משנה ד' .. פרק ה' משנה ג'.
  • מסכת כלאים - זיבן מאל - פרק ב' משנה א', ב', ז' .. פרק ד' משנה ט' .. פרק ה' משנה ב' .. פרק ז' משנה ד', ח'.
  • מסכת שביעית - ניינצן מאל - פרק א' משנה ח' .. פרק ב' משנה א', ב', ג', ה', ו', ח', י' (2 מאל) .. פרק ג' משנה ב', ג' .. פרק ו' משנה ה', ו' .. פרק ז' משנה ו' .. פרק ח' משנה ו', ז' .. פרק ט' משנה א', ג', ה'.
  • מסכת תרומות - זעקס מאל - פרק ג' משנה ה', ט' .. פרק ד' משנה י"ב .. פרק ה' משנה ח' .. פרק י' משנה י"א .. פרק י"א משנה י'.
  • מסכת מעשרות - דריי מאל - פרק א' משנה ד' .. פרק ב' משנה ד' .. פרק ג' משנה ח'.
  • מסכת מעשר שני - זיבן מאל - פרק ב' משנה ב' (2 מאל) .. פרק ג' משנה ב' (2 מאל), י"א, י"ג .. פרק ה' משנה ו'.
  • מסכת ערלה - זעקס מאל - פרק ב' משנה א', ט', י', י"ד, ט"ו, ט"ז.
  • מסכת ביכורים - פינף מאל - פרק ב' משנה ב' (3 מאל) .. פרק ג' משנה א', י'.

סדר מועד - (זעקס און דרייסיג מאל)

  • מסכת שבת - זעקס מאל - פרק ג' משנה ו' .. פרק ח' משנה א' .. פרק י' משנה ה', ו' .. פרק י"ג משנה ו' .. פרק י"ד משנה ד'.
  • מסכת עירובין - עלף מאל - פרק ג' משנה ד' .. פרק ד' משנה ו', י"א .. פרק ה' משנה ו' .. פרק ו' משנה ה' .. פרק ח' משנה ב', ה' .. פרק ט' משנה א' .. פרק י' משנה ב', ג', ט"ו.
  • מסכת פסחים - דריי מאל - פרק ה' משנה ד' .. פרק ח' משנה ג' .. פרק ט' משנה ח'.
  • מסכת שקלים - פינף מאל - פרק ב' משנה ד' (2 מאל) .. פרק ג' משנה א' .. פרק ז' משנה ו' .. פרק ח' משנה ח'.
  • מסכת יומא - דריי מאל - פרק ה' משנה ז' .. פרק ו' משנה ו', ז'.
  • מסכת סוכה - איין מאל - פרק ב' משנה א'.
  • מסכת ביצה - צוויי מאל - פרק א' משנה ט' .. פרק ג' משנה ד'.
  • מסכת ראש השנה] - צוויי מאל - פרק א' משנה א', ז'.
  • מסכת מועד קטן - איין מאל - פרק ג' משנה ח'.
  • מסכת חגיגה - צוויי מאל - פרק א' משנה ז' (2 מאל).

סדר נשים - (איין און פערציג מאל):

  • מסכת יבמות - פערצן מאל - פרק ב' משנה ב' .. פרק ג' משנה ד', ט' .. פרק ו' משנה ג', ד' .. פרק ח' משנה ג' (2 מאל), ו' .. פרק י' משנה א', ז', ח', ט' .. פרק י"ב משנה ה' .. פרק ט"ו משנה ה'.
  • מסכת כתובות - זיבן מאל - פרק ד' משנה א' .. פרק ח' משנה ב', ד' .. פרק ט' משנה ח' .. פרק י' משנה ג' .. פרק י"א משנה ב' .. פרק י"א משנה ב'.
  • מסכת נזיר - זעקס מאל - פרק ב' משנה ד' (2 מאל), ח' .. פרק ה' משנה ו' .. פרק ו' משנה ט', י'.
  • מסכת סוטה - ניין מאל - פרק ג' משנה ב', ה'.
  • מסכת גיטין - דריי מאל - פרק א' משנה ה' .. פרק ב' משנה ב' (2 מאל).
  • מסכת קידושין - צוויי מאל - פרק ב' משנה ב' .. פרק ד' משנה י"ב.

סדר נזיקין - (פיר און פופציג מאל):

  • מסכת בבא קמא - פינף מאל - פרק ד' משנה א' .. פרק ו' משנה ב', ד' .. פרק ז' משנה ב', ד'.
  • מסכת בבא מציעא - זעקס מאל - פרק ב' משנה י' .. פרק ד' משנה ב', ה', ט' .. פרק ה' משנה י' .. פרק י' משנה ו'.
  • מסכת בבא בתרא - פינף מאל - פרק ב' משנה ב', י"ד .. פרק ד' משנה ט' .. פרק ו' משנה ח' (2 מאל).
  • מסכת סנהדרין - ניין מאל - פרק א' משנה ג' .. פרק ב' משנה ד' .. פרק ג' משנה ג' .. פרק ז' משנה א' .. פרק ט' משנה ב', ג' (3 מאל) .. פרק י' משנה ו'.
  • מסכת מכות - זעקס מאל - פרק א' משנה ז' .. פרק ב' משנה ג' .. פרק ג' משנה ב' (2 מאל), ו', ט"ז.
  • מסכת שבועות - ניין מאל - פרק א' משנה ד' (2 מאל), ז' .. פרק ג' משנה ד' .. פרק ד' משנה ג' .. פרק ה' משנה ב', ג', ד' .. פרק ו' משנה ה'.
  • מסכת עבודה זרה - דריי מאל - פרק ג' משנה ז' (2 מאל) .. פרק ד' משנה י'.
  • מסכת עדיות - איין מאל - פרק ח' משנה ז'.
  • מסכת אבות - פינף מאל - פרק ב' משנה י"ג .. פרק ג' משנה ג', ז' .. פרק ד' משנה י"ג .. פרק ו' משנה ח'.
  • מסכת הוריות - פינף מאל - פרק א' משנה ב', ה' (2 מאל) .. פרק ב' משנה ז' .. פרק ג' משנה ג'.

סדר קדשים - (איין און אכטציג מאל):

  • מסכת זבחים - צוויי און צוואנציג מאל - פרק א' משנה ד' (2 מאל) .. פרק ב' משנה א' .. פרק ד' משנה ג', ד', ה' .. פרק ח' משנה ג', י"ב .. פרק ט' משנה א', ב' (2 מאל) .. פרק י' משנה ז', ח' .. פרק י"א משנה ז' .. פרק י"ב משנה ו' .. פרק י"ג משנה ג' (2 מאל), ז' .. פרק י"ד משנה ב' (4 מאל).
  • מסכת מנחות - אכטצן מאל - פרק ג' משנה ד' .. פרק ד' משנה ב', ג', ד' (2 מאל), ה' .. פרק ה' משנה ה', ז', ט' .. פרק ו' משנה א', ד', ז' .. פרק ט' משנה ב', ז' .. פרק י' משנה ח' .. פרק י"א משנה ב .. פרק י"ג משנה י' (2 מאל).
  • מסכת חולין - צען מאל - פרק ב' משנה ג', ה', ו' (2 מאל), י' .. פרק ג' משנה א' .. פרק ה' משנה ג' .. פרק ט' משנה ז' (2 מאל), ח'.
  • מסכת בכורות - פינף מאל - פרק ב' משנה ד' .. פרק ד' משנה ט' .. פרק ה' משנה ב' .. פרק ח' משנה ב' .. פרק ט' משנה ה'.
  • מסכת ערכין - פינף מאל - פרק ז' משנה ד', ה' .. פרק ח' משנה ה' (2 מאל) .. פרק ט' משנה ה'.
  • מסכת תמורה - אכט מאל - פרק א' משנה ב', ו' .. פרק ב' משנה ב' .. פרק ג' משנה א', ג', ה' .. פרק ז' משנה ג', ד'.
  • מסכת כריתות - צען מאל - פרק א' משנה ה' .. פרק ג' משנה ט' .. פרק ד' משנה ג' .. פרק ד' משנה ג' .. פרק ה' משנה ד', ה', ו', ז', ח' .. פרק ו' משנה ט'.
  • מסכת מעילה - דריי מאל - פרק ג' משנה ד', ו' .. פרק ד' משנה ו'.

סדר טהרות - (הונדערט און פיר מאל):

  • מסכת כלים - זעקס און צוואנציג מאל - פרק ג' משנה ב', ה' .. פרק ה' משנה ז' .. פרק ז' משנה ה' (4 מאל) .. פרק ט' משנה ד', ח' .. פרק י"ד משנה ב' .. פרק ט"ו משנה ב' .. פרק י"ז משנה ג', ד', י"א, י"ז .. פרק י"ח משנה ד' .. פרק כ"ב משנה ו' .. פרק כ"ד משנה י"ז .. פרק כ"ה משנה ג' .. פרק כ"ו משנה ח' .. פרק כ"ז משנה ד', י"א, י"ב .. פרק כ"ח משנה ו', ז' .. פרק ל' משנה ג'.
  • מסכת אהלות - עלף מאל - פרק ב' משנה ב', ז' .. פרק ג' משנה ב' .. פרק ז' משנה ב' .. פרק ט' משנה י"ד .. פרק י' משנה ב' .. פרק י"א משנה ז' .. פרק י"ג משנה א' .. פרק ט"ז משנה ה' .. פרק י"ח משנה ה' (2 מאל).
  • מסכת נגעים - אכטצן מאל - פרק ד' משנה ד', ו' (2 מאל) .. פרק ו' משנה ו' .. פרק י' משנה ב' (2 מאל), ד', ח' (2 מאל), ט' (2 מאל) .. פרק י"א משנה ג', ט' .. פרק י"ב משנה ה' .. פרק י"ג משנה י"א .. פרק י"ד משנה ט', י', י"א.
  • מסכת פרה - זיבן מאל - פרק ב' משנה ב' .. פרק ה' משנה א' .. פרק ו' משנה ב' (2 מאל) .. פרק ט' משנה ב' .. פרק י"א משנה ח' .. פרק י"ב משנה א'.
  • מסכת טהרות - זיבן מאל - פרק ד' משנה ח' .. פרק ו' משנה א' .. פרק ט' משנה א', ג', ד' .. פרק י' משנה א', ג'.
  • מסכת מקואות - זעקס מאל - פרק א' משנה ג', ה' .. פרק ב' משנה ה', ו', י' .. פרק ח' משנה ה'.
  • מסכת נדה - פינף מאל - פרק ג' משנה ד' .. פרק ד' משנה ה' .. פרק ה' משנה א' .. פרק ז' משנה ב' .. פרק ט' משנה ב'.
  • מסכת מכשירין - ניין מאל - פרק א' משנה ו' (2 מאל) .. פרק ג' משנה ה' .. פרק ד' משנה י' .. פרק ה' משנה ג', י' .. פרק ו' משנה ה', ו', ח'.
  • מסכת זבים - זיבן מאל - פרק ג' משנה ב' .. פרק ד' משנה ג', ד', ה', ז' .. פרק ה' משנה ד', ז'.
  • מסכת טבול יום - צוויי מאל - פרק ג' משנה ד' .. פרק ד' משנה ז'.
  • מסכת ידים - צוויי מאל - פרק ג' משנה ג', ה'.
  • מסכת עוקצין - פיר מאל - פרק ב' משנה ט' .. פרק ג' משנה ב', ג', ד'.

זעט אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רשימה:תנאים

רעפרענצען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. רמב"ם הקדמה אויף משניות סדר זרעים פ"ד


חכמי המשנה - זוגות - תנאים

ערשטער דור נאך די אנשי כנסת הגדולה: שמעון הצדיק , רבי דוסא בן הרכינס

צווייטער דור: אנטיגנוס איש סוכו , רבי אלעזר בן חרסום

דריטער דור - ערשטער דור זוגות: יוסי בן יועזר איש צרדה (נשיא) , יוסי בן יוחנן איש ירושלים (אב בית דין)

פערטער דור - צווייטער דור זוגות: יהושע בן פרחיה (נשיא) , נתאי הארבלי (אב בית דין) , יוחנן בן מתתיהו

פינפטער דור - דריטער דור זוגות: יהודה בן טבאי (נשיא) , שמעון בן שטח (אב בית דין) , אליהועיני בן הקוף , חוני המעגל

זעקסטער דור - פערטער דור זוגות: שמעיה (נשיא) , אבטליון (אב בית דין) , אדמון , חנן בן אבישלום , רבי מיאשא , עקביא בן מהללאל

זיבעטער דור - ערשטער דור תנאים (סוף בית שני): הלל הזקן (נשיא) , שמאי הזקן (אב בית דין) , שמעון בן הלל (נשיא) , רבן גמליאל הזקן (נשיא) , מנחם , אבא שאול בן בטנית , בבא בן בוטא , חנמאל המצרי , חנניה בן חזקיה בן גוריון , יהודה בן בתירא , רבי יוחנן בן בג בג , רבי יוחנן בן החורנית , ישמעאל בן פיאבי , נחום הלבלר , רבי נחוניא בן הקנה

אכטער דור - צווייטער דור תנאים (זמן החורבן): רבן שמעון בן גמליאל הזקן (נשיא) , רבן יוחנן בן זכאי (נשיא), אבא שאול , רבי אליעזר בן יעקב , רבי אלעזר המודעי , רבי אלעזר בן דמא , רבי אלעזר בן פרטא , רבי אלעזר בן רבי צדוק , רבי חנינא סגן הכהנים , רבי חנינא בן אנטיגנוס , רבי חנינא בן דוסא , חנניא בן חכינאי , רבי חנניא בן תרדיון , יונתן בן עוזיאל , רבי ישמעאל בן אלישע כהן גדול , רבי פפייס , רבי צדוק , שמואל הקטן

ניינטער דור - דריטער דור תנאים: רבן גמליאל פון יבנה (נשיא) , רבי אליעזר בן הורקנוס , רבי אלעזר בן ערך , רבי חוצפית המתורגמן , רבי חנניא איש אונו , רבי יהושע בן חנניה , נחום איש גמזו , רבי חנינא בן עקביא

צענטטר דור - פערטער דור תנאים: רבי עקיבא , רבי טרפון , רבי אלעאי , רבי אלעזר בן יהודה איש ברתותא , רבי אלעזר בן עזריה , רבי אלעזר חסמא , רבי חנינא בן גמליאל , רבי חנניא בן עקשיא , רבי יהודה בן בבא , רבי יוחנן בן נורי , רבי יוסי הגלילי , רבי ישמעאל , שמעון בן זומא , שמעון בן עזאי , אונקלוס , אלישע בן אבויה

עלפטער דור - פינפטער דור תנאים: רבן שמעון בן גמליאל (דער צווייטער) (נשיא), רבי מאיר (און זיין ווייב ברוריה) , רבי יהודה (רבי יהודה ברבי אלעאי) , רבי אליעזר בנו של רבי יוסי הגלילי , רבי אלעזר בן שמוע , רבי יהושע בן קרחה , רבי יוסי (רבי יוסי ברבי חלפתא) , רבי שמעון בר יוחאי , רבי שמעון שזורי

צוועלפטער דור - זעקסטער דור תנאים: רבי יהודה הנשיא , רבי אלעזר ברבי שמעון , רבי אלעזר הקפר , חלפתא איש כפר חנניה, רבי יוסי ברבי יהודה , רבי ישמעאל ברבי יוסי , רבי נתן , רבי שמעון בן אלעזר, רבי שמעון בן מנסיא

נאך תנאים: רבי יוחנן בן ברוקה ובנו רבי ישמעאל