שמעון אלטער תאומים-פרענקל (פאדגארזע)

פֿון װיקיפּעדיע

רבי שמעון אלטער תאומים-פרענקל זצ"ל (ה'תר"י - ט"ו ניסן ה'תרס"ב), רב אין פאדגארזע

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי שמעון אלטער איז געבוירן אין יאר ה'תר"י צו זיין פאטער הרב יחזקאל שרגא פייביש תאומים-פרענקל רב אין קלאסנאוויעליטשקא, א זון פון הרב יהושע העשיל תאומים-פרענקל פון קאמארנא, א זון פון הרב ברוך תאומים-פרענקל דער "ברוך טעם".

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איו יאר ה'תרכ"ז אין עלטער פון זיבעצן יאר האט דער דברי חיים - רבי שמעון אלטער'ס עלטער-פעטער - אים אריינגעזעצט אלס רב אין פאדגארזע.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי שמעון אלטער איז נפטר געווארן ט"ו ניסן ה'תרס"ב.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי שמעון אלטער האט געהייראט מרת שרה גיטל א טאכטער פון הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב. זייערע קינדער:

  • הרב יעקב תאומים-פרענקל, ממלא מקום פון פאטער, רב אין פאדגארזע.
  • הרב שמחה תאומים-פרענקל, רב אין סקאווין.
  • מרת חיה די ווייב פון הרב מתתיהו חיים היילפרין רב אין דאבשיץ.
  • מרת נחמה די ווייב פון הרב יוסף משה שניאורסאהן פון טשערקאס.
  • מרת רחל פייגא

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר