שמועס פראגראם (ראדיא)

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

שמועס פראגראם איז א קאמוניקאציע אויפנאמע פראגראם (Talk Radio) אין א ראדיא שמועס פראגראם אדער אין א טעלעוויזיע אויפנאמע פראגראם פון א געוויסער פיגור פערזאן, וואס רופט זיך א "גאסט", וואס רעדט פון כלערליי ענינים און מענטשן רופן אריין און לאזן זיך הערן זייער מיינונג.

אין רוב אויפנאמע פראגראמען אין אמעריקע רעדט מען פון די אמעריקאנער רעגירונג פאליטיק, ווי דער גאסט איז אדער עקסטרעם רעכט אדער עקסטרעם לינקס, און די רופערס האבן פארקערטע מיינונגען ווי דער גאסט און רופער רייסן זיך ארום, וואס דאס האלט אונטער די צוהערער.

רוב אויפנאמע פראגראמען געסט אין אמעריקע זענען מער רעכט געשטימט, ווי למשל, ראש לימבאו און מייקל סעוועדש.

פאר ווען א רופער רופט אריין דער גאסט צו רעדן מיטן האוסט, ווערט ער קודם אויסגעפרעגט פריוואט פון איינע פון שטאב מענטשן, וואס רופט זיך א "סקירנער", צו זיכער מאכן אז ער איז אן אינטערסאנטער רופער וואס וועט אונטערהאלטן די ציהערער.

אנדערע אויפנעם פראגראמען באפאסן זיך מיט ספארטס ווי למשל אין ניו יארק, 660 AM, און 1050 AM.

עס זענען דאס וואס רעדן סתם נייטראלע ענינים, פון כלערליי זאכן, ווי למשל האוערד סטערן.

אסאך אויפנעם פראגראמען האבן צוויי געסט שותפים ווי זיי רעדן אין איינאיינעם, ווי למשל אויף 660 איז דא מייק ענד די מעד דאג, דערנאך איז דא וואס האבן איין הויפט רעדנער און מיט זיך פארשידענע מיטהעלפערס, וואס רופן זיך סייד קיקס, ווי למשל דאן איימוס און האוערד סטערן די האבן סייד קיקס.

שמועס פראגראם גאסטגעבערס

פאליטיש רעכט: ביל אריילי | ראש לימבאוי | שאן הענעטי | טשארלס אדלער | לארע אינגרעהעם | קורטיס סליווע | מארק לעווין | מייקל סעוועזש | הרב דניאל לאפין | מייקל מעדוועד | דעניס פרעגער | טאני סנאו

פאליטיש לינקס: לייאנעל - עלען דערשאוויץ | ראן קובי | עלען קאלמבס | עד שולץ | טאם הארטמען | רענדי ראודס | על פרענקען

אינטערטעימענט אדער קאמיק: האוערד סטערן | דאן איימוס

ספארטס: מייק ענד די מעד דאק |

שלום בית און משפחה: זשוי בראון | לאורע שלעזינגער | שמולי בוטח

מוזיק: די זי מארנינג שוי | קאנטרי יוסי | ר' נחום סיגל

רעליגיע: ראביי מייקל פאטעזניק