שמואל בוטח

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון שמולי בוטח)
שמואל בוטח
געבורט 19 נאוועמבער 1966 (אלט 57)
לאס אנדזשעלעס, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
shmuley.com
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

שמואן בוטח גריפן שמולי בוטח (געב' דעם 19טן נאָוועמבער 1966) איז א גלענצענדיקער רעדנער און שרײַבער. ער איז געוואָרן אלס יונגער בחור נתקרב צו ייִדישקייט דורך א חב"ד שליח, און זינט דעמאָלט איז ער טעטיק אליין אין קירוב, אָבער זײַן קירוב רחוקים האָט זיך פארשפּרייט מער ארויס פון די גרענעצן פון ייִדישקייט, ער האָט גענומען זײַן טאלאנט צו רעדן אוניווערסאל צו מענטשן פון אלע פעלקער צו ברענגען זיי נענטער צו גאָט.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

שמולי בוטח איז געבוירן געוואָרן אין לאָס אנדזשעלעס אין נאָוועמבער 1966.

אָנגעהויבן זײַן קאריערע האָט ער אין סידני, וואו ער האָט געלערנט סמיכה אין דער דאָרטיקער ליובאוויטשער ישיבה און געווען טעטיק צו לייגן תפילין און מקרב זײַן די דאָרטיקע ייִדן.

זײַן הויפּט הצלחה האָט ער געהאט, ווען ער איז געווען דער שליח אין דעם אָקספארדער אוניווערסיטעט. הונדערטער ייִדישע סטודענטן האָבן זיך געקלעפּט צו זײַן כאריזמאטישער פירערשאפט, און האָבן אָנטיילגענומען אין זײַן "לחיים סאסייעטי" חב"ד הויז און איר טעטיקייט.

פון דאָרטן האָט ער גענומען זײַן טאלאנט צו דער וועלט; נעמלעך דער אפענער צוגאנג פון תורה צו די אינטימסטע טיילן פון א מענטשס לעבן, זיין בוך "כשר סעקס" איז געוואָרן א בעסטסעלער. הײַנט-צו-טאָג שרײַבט ער ביכער יעדע פאר חדשים א נײַע, און האָט א טעלעוויזיע און ראדיאָ שוי, הויפּטקווארטירט פון ניו דזשערסי, מיט צוהערער דורכאויס אלע שטעט אין אמעריקע.

עס איז מערקווירדיק, אז טראָץ די טענות, וואָס די פרומע האָבן קעגן אים, אז ער האָט גענומען אזא באהאלטענע נושא ווי סעקס און מיט דעם איז געוואָרן באקאנט, גייט ער נישט אין ערגעץ נישט אָן דער באגלייטונג פון זײַן ווײַב, ער האָט נײַן קינדער און זי איז אוודאי פארנומען ביזן קאפּ מיט הויזארבעט, דאָך פאָרט ער ניט אין ערגעץ ניט צו אין פּובליק אויפטריטן צו פריוואטע סטודיא אָדער בוך אונטערשרײַבן אָן זײַן רעביצין.

אין 2012 איז ער געלאָפן פאר א קאָנגערס זיץ אין ניו דזשערזי אויף דער רעפּובליקאנער פּארטיי.

זיינע ביכער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • קאשער סעקס
  • קאשער יויזל

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]


שמועס פראגראם גאסטגעבערס

פאליטיש רעכט: טשארלס אדלער | לארע אינגרעהעם | ביל אריילי | ראש לימבא | שאן הענעטי | קורטיס סליווע | מארק לעווין | מייקל סעוועזש | הרב דניאל לאפין | מייקל מעדוועד | דעניס פרעגער | טאני סנאו | בען שפירא

פאליטיש לינקס: לייאנעל - עלען דערשאוויץ | ראן קובי | עלען קאלמבס | עד שולץ | טאם הארטמען | רענדי ראודס | על פרענקען

פארוויילונג אדער קאמיק: האוערד סטערן | דאן איימוס

ספארט: מייק ענד די מעד דאק |

שלום בית און משפחה: זשוי בראון | לאורע שלעזינגער | שמולי בוטח

מוזיק: די זי מארנינג שוי | קאנטרי יוסי | ר' נחום סיגל

רעליגיע: ראביי מייקל פאטעזניק