שמואל יעקב קאהן

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
דער רבי איינגעבויגן מיט אן הויקער ווי דער פאטער זיינער...

ר' שמואל יעקב קאהן (געב' ט"ו אלול ה'תש"ג) איז דער תולדות אברהם יצחק רבי. ער איז דער עלטסטער זון פון דעם פריערדיקן תולדות אהרן רבי.

ווען ער איז געווען א בחור, האט תולדות אהרן נישט געהאט קיין ישיבה, האט אים זיין טאטע געשיקט לערנען קיין וויזשניץ (הויף(, ווייל דער זיידע ר' אהרן ראטה, האט געזאגט אז ער איז צוריק געפארן קיין חוץ לארץ, ווייל אויב אזא צדיק ווי דער אהבת ישראל געפינט זיך נאך אויף דעם עולם, האט ער נישט געקענט בלייבן אין ארץ ישראל.

ער האט געלערנט אין וויזשניץ איין זמן, דארט האט ער מקבל געווען פון דעם אמרי חיים און דאס וואס ער האט מקבל געווען, איז ביי אים געבליבן, און פאר דעם האבן רוב חסידים פון תולדות אהרן אים נישט געוואלט אויפנעמען, אבער א חלק חסידים זענען געבליבן ביי אים מיט נאמען "תולדות אברהם יצחק"

שבת ברענט ער ווי א קאכעדיג קעסל, א געוואלדיגער עולם ווארמען זיך ביי די טישן אין תולדות אברהם יצחק יעדן שבת, בחורים פון ישיבות אין ירושלים, און מאסן מאסן יונגעלייט, האבען געמאכט דארט זייער קביעות, אסאך רופן אים דער "ירושלים רבי", אדער דער "שבת רבי".

אויך ווען ער קומט קיין ניו יארק, שטייען טויזנטער אידן ביי זיינע טישן שעות שעות, ביז 3 אזייגער ביינאכט.

אסאך גרויסע עשירים אין ניו יארק פון פארשידענע קרייזן, האבען זיך אנגעקלעבט אין תולדות אברהם יצחק רבי.

ער פלעגט לערנען אסאך קבלה מיט ר' דניאל פריש ז"ל.

די סיבה פארוואס רוב חסידים פון תולדות אהרן האבן אים נישט געוואלט אויפנעמען פאר ממלא מקום טראץ זייענדיג דער עלטסטער זון. איז צוליב פילע פאקטארן ווי פאלגנד:

  • זייענדיג א וויזשניצער חסיד.
  • זיך נישט דורכגעקומען מיט די גבאים פון טאטן וואס האבן השפעה אויף די חסידות.
  • האט זיך ארומגענומען און מקרב געווען די אפגעפאלענע וועגן פארשידענע סיבות.

זיינע חסידים האבן אים אבער יא געוואלט צוליב די פאלגנדע סיבות:

  • זייענדיג דער עלטסטער קומט זיך אים לויט ווי עס איז אנגענומען אז דער בכור האט מער חשיבות.

משפחה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי שמואל יעקב האט געהייראט די טאכטער פון הרב ישעיה שנייבאלג פון בני ראם. זיי האבן זעכצן קינדער:

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

מקורות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. אידישע טריבונע, אויסגאבע 1952 (ז' כסלו תשס"ט)
  2. ‏מוטי ארגמן, הקדוש רבי אריה ליבוש טיטלבוים הי"ד, חדשות בחדרי חרדים, 29 בנובמבר 2008.