שמואל בוטח

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
Shmuli botiach.jpg

שמולי בוטח איז א גלענצענדער רעדנער און שרייבער. ער איז געווארן אלס יונגער בחור נתקרב צו אידישקייט דורך א חב"ד שליח, און זינט דעמאלטס איז ער טעטיג אליין אין קירוב, אבער זיין קירוב רחוקים האט זיך פארשפרייט מער ארויס פון די גרעניצן פון אידישקייט, ער האט גענומען זיין טאלאנט צו רעדן יוניווערסאל צו מענטשן פון אלע פעלקער זיי נענטער צו ברענגן צו גאט.

אנגעהויבן זיין קאריערע האט ער אין סידני וואו ער האט געלערנט סמיכה אין דעם דארטיגן ליובאוויטשער ישיבה און געווען טעטיג צו לייגן תפילין און מקרב זיין די דארטיגע אידן.

זיין הויפט הצלחה האט ער געהאט ווען ער איז געווען דער שליח אין אקספארד אוניווערסיטעט. הונדערטער אידישע סטודענטן האבן געקלעבט צו זיין כאריזמאטישער פירערשאפט, און האבן אנטייל גענומען אין זיין "לחיים סאסייעטי" חב"ד הויז, און אירע אקטיוויטעטן.

פון דארטן האט ער גענומען זיין טאלאנט צו דער וועלט; נעמליך דער אפענער צוגאנג פון תורה צו די אינטימסטע טיילן פון א מענטש'ס לעבן, זיין בוך "כשר סעקס" איז געווארן א בעסט סעלער, היינט צוטאגס שרייבט ער ביכער יעדע פאר חדשים א נייע, און האט א טעלעוויזיע און ראדיא שוי, הויפטקווארטירט פון ניו זשערסי, מיט צוהערער דורכאויס אלע שטעט אין אמעריקע.

  • עס איז מערקווירדיג, אז טראץ די טענות וואס די פרומע האבן קעגן אים אז ער האט גענומען אזא באהאלטענע נושא ווי סעקס און מיט דעם געווארן באקאנט, גייט ער נישט אין ערגעץ נישט אן די באגלייטונג פון זיין ווייב, ער האט ניין קינדער און זי איז אוואדאי פארנומען ביזן קאפ מיט הויז ארבייט, דאך פארט ער ניט אין ערגעץ נישט צו אין פובליק אויפטריטן צו פריוואטע סטודיאו אדער בוך אונטערשרייבן אן זיין רעביצן.

אצינד לויפט ער פאר א קאנגערס זיך אין ניו דזשערזי אויף די רעפובליקאנער פארטיי

זיינע ביכער[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • קאושער סעקס
  • קאושער יוזל

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

שמועס פראגראם גאסטגעבערס

פאליטיש רעכט: ביל אריילי | ראש לימבאוי | שאן הענעטי | טשארלס אדלער | לארע אינגרעהעם | קורטיס סליווע | מארק לעווין | מייקל סעוועזש | הרב דניאל לאפין | מייקל מעדוועד | דעניס פרעגער | טאני סנאו

פאליטיש לינקס: לייאנעל - עלען דערשאוויץ | ראן קובי | עלען קאלמבס | עד שולץ | טאם הארטמען | רענדי ראודס | על פרענקען

אינטערטעימענט אדער קאמיק: האוערד סטערן | דאן איימוס

ספארטס: מייק ענד די מעד דאק |

שלום בית און משפחה: זשוי בראון | לאורע שלעזינגער | שמולי בוטח

מוזיק: די זי מארנינג שוי | קאנטרי יוסי | ר' נחום סיגל

רעליגיע: ראביי מייקל פאטעזניק