שמואל

פֿון װיקיפּעדיע
שמואל
געבורט 1102 לפנה״ס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1014 לפנה״ס (אלט 88 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אַמט נביא רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
קבר שמואל הנביא
ירושלים
מדינה / טעריטאָריע ישראל
קאָאָרדינאַטן 32°48′N 35°32′E / 32.800°N 35.533°E / 32.800; 35.533קאארדינאטן: 32°48′N 35°32′E / 32.800°N 35.533°E / 32.800; 35.533
דיסטריקט מרכז דיסטריקט
בירגערמייסטער משה ליאון
צײַט זאָנע UTC+2
www.tiberias.muni.il

שמואל איז דער נאמען פון א נביא און פֿון ספֿר שמואל, אין װעלכן עס װערן באַשריבן די ספּורים װעגן שמואל הנביא (אין שמואל א').

דער נאָמען פֿון שמואל הנביא איז געװען בײ ײדן זײער געערט װי משה רבנו און אהרן הכהן און אין תהלים צ״ט װערן זײ דרײ דערמאָנט צוזאמען („משה ואהרן בכהניו ושמואל בקוראי שמו”).

שמואלס לעבן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

שמואל איז געװען אײנער פֿון די ערשטע נביאים בײ ײדן און האָט געלעבט אין דעם 11טן יאָרהונדערט פֿאַר דער געװײנלעכער צײטרעכענונג. אין ספֿר שמואל װערט דערצײלט, אַז זײן פֿאָטער האָט געהײסן אלקנה (אין דברי הימים א' ו' װערט צוגעגעבן, אַז ער איז געװען אַ לױ, און לױט דער טראדיציע האָט ער געשטאַמט פֿון קורח), און זײן מוטער חנה, װעלכע האָט אים געבױרן נאָך יאָרן ניט האָבן קײן קינדער, און זי האָט אים מקדיש געװען צו זײן אַ נזיר און צו דינען אין גאָטס משכן אין שילה בײ עלי הכהן.

נאָכן טױט פֿון עלי איז שמואל געװאָרן דער פֿירער און שופֿט בײ ײדן, און פֿון זײן שטאָט רמה פֿלעגט ער באַזוכן די שטעט אין ארץ־ישראל פֿון דן ביז באר שבע (שמואל א' ג' און ז') און משפּטן די ײדן. זײנע צװײ זין, יואל און אביה, זענען ניט געגאַנגען אין זײנע װעגן, און דאָס פֿאָלק װאָס איז געװען אונטערדריקט דורך די פּלישתים, האָט פֿאַרלאַנגט פֿון שמואל, אַז ער זאָל זײ באַשטימען אַ מלך. שמואל האָט געשטראָפֿט דאָס פֿאָלק און איז געװען קעגן אײנפֿירן די מלוכה, אָנװײזנדיק אַז דער מלך װעט זײ פֿאַרקנעכטן (שמואל א' ח'), אָבער ער האָט נאָכגעגעבן זײער פֿאַרלאַנג און געמאַכט אַלס ערשטן ײדישן מלך שאול. נאַכער זעגען פֿאָרגעקומען קאָנפֿליקטן צװישן שמואל און שאול און װי דאָס ספֿר שמואל א' דערצײלט האָט שמואל דערנאָך געזאלבט אַלס מלך דוד. שמואל איז געשטאָרבן פֿאַר שאול און אַלע ײדן האָבן אים באַוויינט און געבראכט צו קבורה אין רמה (שמואל א' כ״ה). צום סוף ספֿר שמואל א' װערט דערצײלט װי שאול האָט פֿאַר דער טראגישער שלאכט בײם באַרג גלבוע אַרױפֿגעבראַכט דעם גײסט פֿון שמואל דורך אַ בעלת אוב און דער גײסט פֿון שמואל האָט אים פֿאָרױסגעזאָגט זײן טראַגישן טױט.

קבר[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין ארץ־ישראל, ניט װײט פֿון ירושלים, איז פֿאַראַן אַן אַלטער הײליקער קבר, װעלכן די אַראַבער רופֿן „אל־נעבי סעמװיל” (النبي صموئيل). און די ײדישע טראדיציע האַלט, אַז דאָס איז דער קבר פֿון שמואל הנביא, און זינט מיטלאַלטער פֿלעגט מען קומען צו דעם קבר מתפּלל זיין.

ספֿר שמואל[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דאָס ספֿר שמואל איז צעטײלט אין צװײ, „שמואל א'” און „שמואל ב'” (אין דער צײט פֿון דער גמרא איז עס געװען אײן ספֿר). שמואל א' האָט 31 קאַפּיטלעך און דערצײלט די ספּורים װעגן שמואלס װאונדערלעכער געבורט; די שירה פֿון זײן מוטער חנה; די הערשאַפֿט טון עלי הכהן; די פֿאַרלױרענע מלחמה פֿון ײדן קעגן די פּלשתים און דעם טױט פֿון עלי און דאָס געפֿאַנגען נעמען פֿון גאָטס ארון; די הערשאַפֿט פֿון שמואל; דאָס זאַלבן פֿון שאול אַלס מלך; די מלחמות פֿון שאול; דער ערשטער אױפֿשטײג פֿון דוד און זײן באַזיגן גלית; דאָס רודפֿן דוד דורך שאול; דאָס אַנטלױפֿן פֿון דוד; די טראגישע מלחמה בײ גלבוע פֿון שאול קעגן די פּלשתים און דאָס פֿאַלן פֿון שאול און זײן זון יונתן אױפֿן שלאַכטפֿעלד.

שמואל ב, האָט 24 קאַפּיטלעך און הױבט זיך אָן מיט דער קינה פֿון דוד אױפֿן טױט פֿון שאול און יונתן און דאָס באַשטימען פֿון שאול אַלס מלך איבער יהודה אין חברון; די הערשאַפֿט פֿון שאולס זון איש בושת איבער ישראל; די שטרײטיקײטן צװישן יהודה און ישראל; דער טראגישער טױט פֿון אבנר און איש בושת און דאָס פֿאַרשפּרײטן פֿון דודס קעניגריך איבער גאַנץ ישראל; די מלחמות פֿון דוד און זײנע נצחונות; די אינערלעכע טראגישע פּאַסירונגען פֿון דודס לעבן (אמנון און תמר, דער אױפֿשטאַנד פּון זײן זון אבשלום), פֿאַרשידענע אױפֿשטאַנדן קעגן דוד; דאָס אײננעמען דורך דוד ציון.

רבנישע ספֿרים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

לױט דער גמרא בבא בתרא י״ד האָט שמואל געשריבן די ספֿרים שופֿטים, רות און זײן ספר שמואל ביז דעם סיפּור, װי שמואל איז געשטאָרבן, און פֿון דאָרט ביזן סוף האָבן געשריבן גד החוזה און נתן הנביא. די תנ״ך־קריטיק װײזט אױך אָן, אַז דאָס צװײטע ספֿר שמואל איז געשריבן גשואָרן ניט דורך דער זעלבער פּערזאָן, װאָס האָט געשריבן דאָס ערשטע ספֿר; לױט טײל מײנונגען איז עס געװען אַ טײל פֿון די „דברי הימים למלכי יהודה”, װאָס װערן דערמאָנט אין ספֿר מלכים.

צום ספֿר שמואל איז פֿאַראַן אַ מדרש באַקאַנט מיטן נאָמען „אגדת שמואל”, װערט דערמאָנט צוערשט אין רש״י (שמואל א' כ' און אַנדערע ערטער) װי אױך אין רש״יס ספֿר „הפּרדס” מיטן נאָמען „מדרש עת לעשות לה'”. לױט דער מיינונג פֿון שלמה באָבער איז דער מדרש נתחבר געװאָרן אין ארץ־ישראל אין דער גאונים־עפּאָכע.

קוואַלן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]