שלמה פסח טאפעראוו

פֿון װיקיפּעדיע

הרב שלמה פסח טאפעראוו (כ"ז כסלו ה'תרס"ז - ו' טבת ה'תשס"ו) איז געווען א רב מער ווי 40 יאר אין צפון-מזרח ענגלאנד.

יונגע יארן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

שלמה פסח טאפעראוו איז געבוירן כ"ז כסלו תרס"ז (14טן דעצעמבער, 1906) אין ווייטשעפל, לאנדאן צו מאיר טאפעראוו, א שניידער, און שרה חנה, א נייטארין. מאיר האט געהאט א קנאפע פרנסה, ווייל בשום אופן וואלט ער נישט געמאכט קיין פשרה מיט חילול שבת. ער האט געלערנט אין דעם מחזיקי הדת חדר. נאך דער בר-מצוה האט ער געלערנט אין דער עץ חיים ישיבה, וואו ער האט שפעטער באקומען היתר הוראה. אמאל האט מען געבעטן שבת צו דרש'נען אין דער גרויסער שול אין דוק'ס פלייס; נאך זיין דערפאלגרייכער דרשה האט מען אים פארבעטן אפט אלס רעדנער.

דערנאך האט ער שטודירט אין דזשוס קאלעגיע וואו ער איז געווען דער העכסטער סטודענט. מיטן פרייז געלט האט ער געקויפט די ביכער וואס ס'האט אים געפעלט, דאס איבעריגע געלט האט ער געגעבן זיינע נויטבארע טאטע-מאמע.

חתונה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין ה'תרצ"ד האט ער חתונה געהאט מיט ליבא פערבער, די טאכטער פון הרב צבי הירש פערבער, רב פון סאהא (לאנדאן) און מחבר פון כרם הצבי.


רבנות שטעלעס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די סונדערלאנד שול האט אים אויפגענומען אלס רב. ער איז געבליבן דארט 17 יאר, כולל די גאנצע צווייטע וועלט מלחמה. ווען ער איז געקומען קיין סונדערלאנד האבן געלערנט זיבן קינדער אינעם חדר. ער האט אים אבער אויפגעבויעט ביז 100 תלמידים. אין יאר תשי"א האט מען אים גערופן פון ניוקאסטל צו ווערן דער קהל'ישער רב פון ליזס פארק גאס און גאספֿארט שולן. ער איז געווען א שטארקער קעמפער קעגן געמישטע חתונות און רעפארם.

אין תשל"ג האט ער זיך געצויגן קיין ישראל וואו ער האט געלערנט, געהאלטן דרשות און געשריבן אויף תורה'דיגע ענינים.

זיינע ספרים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער האט ארויסגעגעבן עטלעכע ספרים אויף ענגליש:

  • אחד מי יודע (שאלות און תשובות וועגן לעבן ווי א ייד)
  • אייביג לעבן (אויף הלכות אבילות)
  • לב אבות אויף מסכת אבות
  • די מלוכה פון די חיות אינעם יידישן געדאנק


משפחה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער האט געהאט איין זון, דוד, און צוויי טעכטער, זשוי, און נעמי (א שנור ביי הר"ר לייב גורוויץ, דער גייטסהעדער ראש ישיבה. זיין רביצין איז אוועק אין תשנ"ז. הר"ר שלמה פסח איז נפטר געווארן אין פתח תקוה) ו' טבת תשס"ו (6 יאנואר 2006) ער האט איבערגעלאזט צען אייניקלעך און אן א שיעור אור-אייניקלעך און פיר אור-אור-אייניקלעך, אסאך פון זיי רבנים, ראשי ישיבות און לערערינס.


רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]