שלמה יהודה ראפאפארט

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
דאס בילד קומט פון דער יידישער ענציקלאפעדיע

שלמה יהודה לייב הכהן ראפאפארט (י"ט סיון ה'תק"ן - י"ט תשרי ה'תרכ"ח), אויך באקאנט מיט די ראשי תיבות שי"ר, איז געווען א גאליציאנער רב און א אידישער געלערענטער.

געבוירן אין לעמבערג י"ט סיוון ה'תק"ן, יוני 1 1790, און געשטארבן און פראג, י"ט תשרי ה'תרכ"ח, 18טן אקטאבער 1867. ער איז געווען א מיטגלידער אין דער גאליציאנער השכלה באוועגונג, אזוי אויך איז ער געווען פון די גרינדער פון דער "וויסנשאפט דעס יודנטומס" (חכמת ישראל) באוועגונג. פון יאר 1838 ביז 1840 איז ער געווען רב פון שטאט טארנאפאל, און פון 1840 ביז צו זיין פטירה איז ער געווען רב פון פראג. זיין שווער איז געווען דער קצות החושן, און עס איז דא פון זיינע חידושים אין דעם ערשטן חלק פונעם ספר קצות החושן. אין 1816 זענען זיינע חידושי תורה געדריקט געווארן אין די ענדע פון זיין שווער'ס ספר "אבני מילואים".

ראפאפארט איז געווארן באוואוסט ווען ער האט מפרסם געווען אין 1824 אן ארטיקל אויף די אידישע שבטים אין אראביע אין דעם משכילישע זשורנאל "ביכורי העיתים". די גרויסע פרסום זינע, איז אבער געקומען ווען ער האט אין 1829 מפרסם געווען זיין ווערק אויף רב סעדיה גאון אינעם זעלבן זשורנאל. דער ארטיקל איז געווען די ערשטע אין א סעריע פון ביאגראפישע ווערק אויף חכמי ישראל אין די מיטל-אלטער. צוליב די ארבייט האט ער באקומען היבש אפאר פראמינענטע חבירים, צווישען זיי דער באקאנטער שמואל דוד לוצאטו (שד"ל). אין די יארן בעפאר ער איז געווארן רב אין פראג, האט ער זיך צושלאגן מיט א גרופע יונגע משכילים וואס האבן זיך א נאמען געגעבן "הרואים", און אין 1837 האבן זיי ארויסגעגעבן א קונטרס קעגן אים מיט שארפע קריטיק.און 1839 האט זיך שי"ר צוקריגט מיט זיין נאענטע ידיד שד"ל, א סכסוך וואס אין דעם זענען געווען אריינגעמישט עינינים פון השקפה צוזאמען מיט פערזענליכע באשולדיגען. שד"ל האט געשיקט צו שי"ר א ביכל וואס ער האט א נאמען געגעבן "ספר כריתות", דארט האט ער געשריבן אויף אים "מיטב השי"ר כזבו". נאר אין 1841 האבן זיך שי"ר און שד"ל איבערגעבעטן אין זיי זענען צוריק געווארן גוטע פריינד. אויך רנ"ק (ר' נחמן קראכמאל) האט זיך דערוויטערט פון שי"ר נאכדעם וואס שי"ר האט נישט אנגענומען רנ"ק'ס דיעה נישט צו קומען אויף טארנאפאל; בעפרא די פטירה פון רנ"ק און 1840 האבן זיך די צוויי איבערגעבעטן.