שלמה אפרים פון לונטשיץ
פֿון װיקיפּעדיע
רבי שלמה אפרים פון לונטשיץ (נפטר ז' אדר ב' ה'שע"ט, 1619) איז געווען רב אין פראג און מחבר פונעם ספר כלי יקר אויף תורה.
ער איז געבוירן אין לונטשיץ, פולין, צו זיין פאטער ר' אהרון, וואס האט אים געגעבן דעם נאמען אפרים. אין זיינע עלטערע יארן אין ה'שס"א איז ער געווארן קראנק און מען האט אים צוגעגעבן דעם נאמען שלמה.
ר' אפרים איז געווען א תלמיד פונעם מהרש"ל. אין שס"ד (1604) איז ער געווארן רב פון פראג און אויך ראש ישיבה דארט. ער איז נפטר געווארן ז' אדר ב' ה'שע"ט.
צווישן זיינע תלמידים איז געווען רבי שעפטיל הורוויץ, זון פונעם של"ה.
זיינע ספרים [באַאַרבעטן]
- עיר גיבורים - דרשות אויף התורה און מוסר.
- עוללות אפרים - דרשות אויף די ימים טובים, און דרשות ביי שמחות ווי ברית מילה און חופה'ס.
- ארח לחיים - דרשות פארראש השנה, יום הכיפורים און פסח.
- כלי יקר - פירוש על התורה.
- רבבות אפרים (נישט געדרוקט).