שלום מאסקאוויטש
הרב שלום מאסקאוויטש (נפטר כ"ב טבת ה'תשי"ח) איז געבוירן אין שאץ, רומעניע. ער איז געווען אן אייניקל פון דעם רבי'ן יחיאל מיכל פון זלאטשאוו.
פאר'ן צווייטן וועלט קריג האט ער עמיגרירט קיין לאנדאן, ענגלאנד, וואו ער האט זיך באזעצט אין דעם סטעמפארד היל געגנט, דעמאלסט נישט קיין גרויסער צענטער פון חסידישע יידן. אין לאנדאן איז ער געווארן באקאנט אלס "שאצער רבי". ער האט אויפגעשטעלט א בית מדרש פארבינדן מיטן התאחדות קהלות החרדים פון לאנדאן.
הר"ר שלום איז געווען א זון פון הרב מרדכי יוסף משה מאסקאוויטש פון סוליץ.
דער שאצער רבי האט געשריבן עטליכער בענדער פון תורות מיטן נאמען "דעת שלום", לויטן סדר פון פרק שירה.
ער איז נפטר געווארן כ"ב טבת ה'תשי"ח. ער ליגט אין דעם ענפילד בית עולם פון דעם לאנדאנער עדת ישראל. מ'האט געשטעלט אן אהל איבער זיין קבר, וואו מענטשן גייען מתפלל זיין יעדן פרייטאג.
משפחה[באַאַרבעטן]
זיינע קינדער זענען געווען:
- רבי יצחק, איידעם פון רבי לייבוש מרדכי פון שינאווא
- רבי יעקב, איידעם פון הרב יוסף דב סיגל. נפטר ווען זיין פאטער האט נאך געלעבט. זיינע תורות זענען געדרוקט אינעם ספר "שארית יעקב".
- רבי יחיאל מיכל, איידעם פון רבי אלעזר הורוויץ פון מעליץ. נפטר ווען זיין פאטער האט נאך געלעבט. זיינע תורות זענען געדרוקט אינעם ספר "שארית יעקב".
- זיין איידעם, שוואגער און נעפע, רבי יואל פון שאץ־מאנטרעאל
- זיין איידעם רבי יעקב האלבערשטאם, טשאקאווער רב
- זיין איידעם רבי ישכר בער ראטנבערג פון וואוידיסלאוו
עטלעכע אייניקלעך זענען אדמורי"ם: דער מעליצער רבי אין אשדוד, דער שאץ–דרוביטשער רבי, דער שאצער רבי אין אנטווערפן און דער שאצער רבי אין בית שמש.