שלום יוסף פרידמאן (הוסיאטין)

פֿון װיקיפּעדיע

רבי שלום יוסף פרידמאן זצ"ל (ה'תר"ך - ז' טבת ה'תרמ"ג), פון הוסיאטין.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי שלום יוסף איז געבוירן אין יאר ה'תר"ך, צו זיין פאטער הרב מרדכי פייביש פרידמאן, פון הוסיאטין, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת ברכה דינה א טאכטער פון הרב דוד צבי קאבלאנסקי, א שוואגער פון רוזשינער.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי שלום יוסף איז נפטר געווארן זייער יונג, אין עלטער פון דריי און צוואנציג יאר ז' טבת ה'תרמ"ג.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין יאר ה'תרל"ה האט רבי שלום יוסף געהייראט מרת חיה א טאכטער פון הרב אפרים מרגלוית, פון מאטשיאוו, אן איידעם פון טריסקער מגיד. זייערע קינדער:

בזיווג שני האט רבי ישראל געהייראט א טאכטער פון הרב חיים האגער פון אנטוניא.

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו