שיקע דריז

פֿון װיקיפּעדיע
שיקע דריז
קיין פריי בילד
געבורט 16 מאי 1908 (יוליאניש)
אוקראינע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 27 פעברואר 1971 (אלט 62)
מאסקווע, סאוועטן פארבאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה סאוועטן פארבאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

יהושע דריז, באקאנט ווי שיקע דריז (רוסיש: Овсей Дриз; ‏29סטן מערץ 1908 - 27סטן פעברואר 1971), איז געווען אַ ייִדישער דיכטער און קאמפאזיטאר.

ער איז געבוירן געוואָרן 1908 אינעם שטעטל קראַסנע, ניט ווײַט פון דער שטאָט וויניצע, רוסלענדישע אימפּעריע (היינט אוקראַיִנע). ער האָט זיך געלערנט אין קיִעווער קינסטלערישער שולע. זינט 1934 ביז 1947 האָט שיקע דריז געדינט אינעם סאָוועטישן גרענעץ-מיליטער, אָנטיילגענומען אין דער צווייטער וועלט-מלחמה. דעביוטירט אַלס דיכטער אויף די שפּאַלטן פון יידישע פּעריאָדישע אויסגאַבעס אין סוף 20ער יאָרן פונעם פאָריקן יאָרהונדערט. זײַנע פאַר-מלחמהדיקע לידער-זאַמלונגען – "ליכטיקע וואָר" (1930) און "שטאָלענער כוח" (1934) זײַנען פול געווען מיט ראָמאַנטיק פונעם בויען די סאָציִאַליסטישע געזעלשאַפט. דער ייִדן-חורבן בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה און די אַנטי-סעמיטישע רדיפות פונעם סוף סטאַלינס הערשונג האָבן געמאַכט אַן איבערקער אין דעם דיכטערס וועלט-באַנעם. נאַציִאָנאַלע ייִדישע מאָטיוון האָבן פאַרנומען אַ וויכטיק אָרט אין זײַן נאָך-מלחמהדיקער שאַפונג. אַזאַ איז געווען זײַן דריטע לידער-זאַמלונג "די פערטע סטרונע" (1969). אייצײַטיק האָט שיקע דריז געשריבן אַ סך לידער פאַר קינדער. איבערגעזעצטע אין רוסיש און אין אוקראַיִניש האָבן זיי אים געבראַכט אַ שם פון איינעם פון די פּאָפּולערסטע סאָוועטישע דיכטער פאַר קינדער.

שיקע דריז איז געשטאָרבן אין מאָסקווע אין 1971. זײַן פערטע לידער-זאַמלונג "האַרבסט" איז דערשינען שוין נאָך זײַן טויט, אין 1978.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]