שייטת 13

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

שייטת 13 איז אן עליטער קאמאנדא איינהייט, פון צה"ל, און א טייל פון דעם ישראלדיקן ים פלאט. די באזע זייערע געפונט זיך אין עתלית, דרום פון חיפה. זיי ווערן אויסמושטירט צו קעמפען פון די וואסער, און די טרוקעניש. אויף מערערע סארטן קאמף סטראטעגיעס.

די געדאנק פון איינהייט, איז שוין פון די צייטן פון פלמ"ח, אנהערנדיק צו די ים פלאט פלי"ם. שפעטער ביי דער אומאפהענגיקייט מלחמה, האבן זיי טיילגענומען אין עטליכע אקציעס. דאס וויכטיקסטע איז געווען, זינקען די עגיפטישע קריגס שיף, אויפן נאמען פון קעניג פארוק.

אין די יארן צווישן 1949, ביז דער זעקסטאגיקער מלחמה, איז די שייטת נישט געווען צופיל אקטיוו. ביי דער מלחמה זעלבסט, האבן זיי געליטן עטליכע דורכפעלער. ביי די מלחמת ההתשה, האבן זיי דערפאלגרייך צוזאמען מיט סיירת מטכל, איינגענומען די גרין אינדזל. אין די נאכפאלגענדע יארן האבן זיי אטאקירט טעראר צילן אין לבנון, אינאיינעם מיט סיירת מטכל און די מוסד, ווי עטליכע פון די טעראריסטן פאראנטווארטליך אין די ישראלדיקע ספארטלער אומקום ביי די מינכן אלימפיאדע.

ביי דער יום כיפור מלחמה, האבן זייערע אקציעס געהאט הצלחה. און נאכדעם האבן זיי טיילגענומען אין מערערע אקציעס אין לבנון, קעגן די פאלעסטין באפרייונג ארגאניזאציע, און דעריבער באקומען די אויסצייכענונג פון שעף פון גענעראל שטאב.

ביי די ערשטע לבנון מלחמה האבן זיי אויך טיילגענומען, אבער שפעטער זענען זעלנער געטראפן געווארן פון מינימאלע דורכפעלער, וואס האט געלייגט זייער ארבעט אין שאטן. אין 1997 זענען עלף זעלנער אומגעקומען, אין א כעזבאלא אטאקע, וואס איז באוויסט געווארן אין ישראל, אלס די שייטת טראגעדיע, וואס עס איז געשען גענוי איז א געהיימניס.

ביי דער על אקצא אינטיפאדע האבן זיי טיילגענומען אין די קאמפן, קעגן פאלעסטינער טעראריסטן, און פארכאפט דריי שיפן, אנגעלאדענט מיט וואפן, וואס איז געווען אויפן וועג קיין עזה שטרייף.

אין דער צווייטער לבנון מלחמה, איז די קאמאנדא איינהייט ווידעראמאל געווען זייער אקטיוו, און אין צור, דורכאויס אן אטאקע, געהאט עטליכע פארווונדעטע.

איבער די יארן, האבן זיי געהאט דורכגעפירט מערערע מיסיעס, אין א סאך ערטער איבער די וועלט. אין עטיאפיע, ארויף צו ברענגן די יידן קיין ישראל. אין אלזשיר. אין יאר 2009 האבן זיי פארכאפט א שיף נאנט צו קיפראס, פיל מיט וואפן געשיקט פון איראן, געווענדעט צו די כאמאס אין עזה.

אום 31סטן מיי 2010, האבן זיי איבערגענומען זעקס שיפן, וואס זענען ארויס פון טערקיי און גריכנלאנד, וואס איר ציל איז געווען, ברעכן די בלאקאדע וואס ישראל האט ארויף געלייגט אויף עזה, אויף איין שיף האט אויסגעבראכן ווילדע געראנגעל צווישן די אזויגערופענע "שלום אקטיוויסטן", און אין די שלעגערייען זענען ניין אקטיוויסטן אומגעקומען, און נאך צוואנציק פארווונדעט געווארן, צווישן די זעלנער זענען צען פארווונדעט געווארן צוויי פון זיי ערנסט.

צו ווערן אנגענומען אין שייטת, גייט מען דורך שווערע פיזישע טעסטן, אויף פיר טעג, די טרענירונגען זענען אינטענסיוו פאר צוואנציק מאנאטן, און מען דארף דינען אין ארמיי פיר און א האלב יאר. דאס געזונטהייט מוז זיין פראפיל 97 לויטן ישראל מיליטערישן סטאנדארט.