שייטל

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
Wig.JPG

שייטל מיינט האר וואס איז אפגעריסן פון איהר ארגינאלער פלאץ, מען לייגט עס ארויף אויפן קאפ.

יידישע פרומע ארטאדאקסישע פרויען שערן זיך אפ די האָר אינגאנצען אדער נאר א טייל האר נאך די חתונה, אבער מיידלעך פאר די חתונה האבן יא די אייגענע שיינע הארעלעך כדי זיך צו עדווערטייזן אז זיי זיינען נאך פריי פאר בחורים צו חתונה האבן מיט זיי, אבער ווען זיי זיינען שוין געווארן ווייבער, פארדעקן זיי די קאָפּ מיט א שייטל, א נאכגעמאכטע האר וואס זעהט אויס ווי עכטע האר, צוליב צניעות.

עס זיינען דא 2 ערליי שייטלען, איינע וואס איז געמאכט פון העכטע האר, וואס דאס איז די טייערערע שייטל צווישן זיי, און אזעלכע וואס איז געמאכט סינטעטיש.

א שייטל איז געוועזן זייער פאפולאר אין די אייראפישע קולטור ביז אנהייב די 20סטע יארהונדערט (ביז יאר 1900), היינט זיינען ממשיך דאס גיין פרומע פרויען אדער אזעלכע וואס ליידן פון אפגעקאלאכטע קעפּ.

הלכה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

עס איז דא א גרויסע מחלוקת אין די פוסקים צו א פרוי מעג גיין מיט א שייטל אויף די גאס צו נישט. דער באר שבע איז פון די הויפט אוסרים אז פרויען טארן נישט גיין מיט אויפגעדעקטע שייטלן, נאר אויב עס איז צוגעדעקט אונטער א טיכל, אויך דער חתם סופ"ר האט אנגענומען אזוי. אבער פון רמ"א און פין מגן אברהם זעט אויס אז מען מעג יא דערין גיין אויף דער גאס. אין די חסידות פון צאנז איז עס געווען זייער אסור, דער דברי חיים האט עס גע'אסר'ט, אבער אסאך אייניקלעך און ממשיכי דורך ווי באבוב גיין מיט שייטלן. דער ליובאוויטשער רעבע איז מתיר און מצווה גווען אין אגרות קודש פון זיין אויף אלע פרויען גיין מיט שייטלן