שבת חזון

פֿון װיקיפּעדיע

שבת חזון ווערט גערופן דער שבת פאר תשעה באב.

עס הייסט אזוי ווייל מען זאגט דעמאלטס די הפטורה פון חזון ישעיהו בן אמוץ (ישעיהו א).

עס שטייט אין מגן אברהם (או"ח סי' רפ"ב) אז דער מנהג איז אז דער רב פון שטאט זאגט די הפטורה ווייל עס שטייט דארט שריך סוררים, און עס שטייט אין דרך ארץ זוטא מען זאל זיך ענדרשט פארשעמען פון זיך אליין ווי איידער פון א צווייטן.

ביי אסאך געמיינדעס פירט מען זיך אסאך זאכן אזוי ווי אינדערוואכן, מען טוט כמעט נישט אהן קיין שבת'דיגע בגדים אין דעם שבת, מען זינגט נישט קיין ניגונים, אבער ביי חסידים איז כמעט נישט דא קיין חילוק צווישן שבת חזון ביז אנדערע שבתים.