שבתי צבי

פֿון װיקיפּעדיע
שבתי צבי
שַׁבְּתַי צְבִי
געבורט 1 אויגוסט 1626
איזמיר, אטאמאנישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 17 סעפטעמבער 1676 (אלט 50)
אטאמאנישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה אטאמאנישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
שבתי צבי אין 1665

שבתי צבי ( ט' אב ה'שפ"ו, 1טן אויגוסט 1626 - י' תשרי ה'תל"ז, 17טן סעפטעמבער 1676) , אדער ווי מען רופט אים ביי אידן "ש"ץ", איז געווען א איד פון איזמיר, טערקיי, וואס האט געהאלטן אז ער איז משיח, ער וועט אויסלייזן דאס אידישע פאלק פון זייערע צרות, און וועט זיי ברענגען קיין ארץ ישראל.

אסאך אידישע חכמים האבן אויך אזוי געהלאטן אין זיינער צייט, אבער דער עס זענען געווען אסאך וואס האבן געזאגט מען טאר זיך נישט לאזן איינרעדען פון אים, ער איז א מענטש פון בלוט און פלייש, און ער רעדט זיך איין ער איז משיח, אבער אין אמת איז ער נישט. צווישן די וואס האבן אים אפגעלאכט און זיך געקריקט מיט אים זענען געווען דער חכם צבי און זיין זון דער יעב"ץ, אויך דער גאון רבי יעקב סאספורט איז געווען זייער קעגן אים, און האט ארויס געגעבן ספרים קעגן אים ווי דער ספר ציצת נובל צבי.

אזוי ווי שבתי צבי האט זיך אסאך אויפגעהאלטן צווישן ספרדים, זענען אסאך גדולים פון ספרד געוווען דערין פארמישט.

שבתי צבי האט זיך שטענדיג געגרויסט אז ער וועט גיין צום טערקישער סולטאן און איבערנעמען פון אים דאס אידישע פאלק, און ער וועט זיי ארויפטראגן קיין ארץ ישראל, צום סוף ווען ער איז געקומען פארן סולטאן האט ער נישט נושא חן געווען ביי אים, דער סולטאן האט אים געגעבן אן אויסוועג, אדער וועט מען אים הרג'ענען ווייל ער האט אים באטראכט ווי איינער וואס גראבט אונטער זיין קעניגרייך, אדער נעמט ער אן איסלאם. שבתי צבי האט געוואלט אויסמיידן דעם טויט, האט ער ענדערש אנגענומען דעם גלויבן פון מוחמד (ציצית נובל צבי, מאורעות צבי, משיחי שקר ומתנגדיהם).

די מיינונג פונעם חיד"א[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אסאך איז געשריבן געווארן וואס איז געווען די מיינוג פונעם חיד"א אויף ש"צ, אבער אויב מען קוקט גוט אין זיינע כתבים און ספרים זעט מען ווי ער האלט אז זיי זענען נישט גערעכנט, ער רופט זיי אן "די פארשאלטענע כת", ער שרייבט אויף זיי כת הארורה שעוברים על כריתות ומיתות בית דין דתלו עצמם בלשונות הזוהר בדברי שוא ושקר, לכן הראה פנים לקעקע ביצתם (שם הגדולים ערך ספר הזוהר). אויך אין כתבי ידות וואס מען האט געטראפען שרייבט דער חיד"א מידי עוברי עולם חשך לראות גדולי ישראל נאחזו בסבך ונתפתו, וגם כי ידעו מה מאי דהוה לא שמו לבם. מה אענה ומה אומר, ה' הטוב יכפר בעד.[1] דאס הייסט: איך האב געזען א פינסטערע וועלט ווי גדולי ישראל זענען פארכאפט געווארן, השי"ת זאל זיי פארצייען. אויך דעם גאון רבי אברהם רוויגו שרייבט ער "רב מאמין אשר היה נפתה בעוה"ר בהבלים ושאל שלא כהוגן (מעגל טוב ע' 9), אויך שרייבט ער: מי האיש ירא ה' ירחיק עצמו מהכל.

פון דער אנדערער זייט זעט מען אויך אז גדולי ישראל וואס אין זייער צייט ווען זיי האבן געשריבן זייער חיבור האבן זיי יא געהאלטן פון ש"ץ דאך ברענגט דער חיד"א פון זיי, אבער עס טוט אים וויי פארוואס זיי האלטן פון ש"ץ. ווי מיר זען ער ברענגט אסאך דעם ספר חמדת ימים, און האט דערין אסאך עוסק געווען און איבערגעשריבן פון זיי תפלות, ווי אויך דעם ספר לקט שמואל פון רבי משולם פייביש כ"ץ (שם הגדולים, ערך לקט שמואל, וערך קצור תקפו כהן). אויך דעם גאון מהר"ש פרימו ברענגט ער גאר אסאך אין זיינע ספרים, כאטש עס איז וואויל באקאנט ער איז אנהייב זייער נאנט געווען מיט ש"ץ זעלבסט.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. י. תשבי מכת"י בריטישע מוזיי

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: שבתי צבי