שאלות ותשובות מן השמים

פֿון װיקיפּעדיע

שאלות ותשובות מן השמים האט מחבר געווען א קדמון הרב יעקב הלוי ממרייוש, עס איז דא וואס זאגען ער איז געווען רבינו תם, וואס האט אויך געהייסן רבי יעקב תם, אבער לויט ווי עס זעהט אויס איז ער געווען א צווייטער, און איהם האט מען אויך גערופן רבינו יעקב תם. ווייל ער איז געווען א איש תם יושב באהלי של תורה. פון ספר חרדים זעהן אויס אז ער איז געווען א שוואגער מיטן מרדכי, אבער די כותבי הדורות זאגן אז די כוונה איז דער ר"י האור זרוע וואס ער איז געווען א שוואגער מיטן מרדכי און נישט דער ר"י תם.

ער איז געווען א גרויסער אפגעהיטענער מאן, א הייליגער און גאט פארטיגער מאן, ער איז געזעסן און געלענערט אין בית המדרש, און אויב האט ער געהאט ספיקות ווי וועלכע שיטה און ווי וועלכע צד אין א מחלוקה פון ראשונים מען זאל אנעמעמן האט ער געפרעגט אין הימל און מען האט איהם געענטפערט, ער האט די תשובות אפגעשריבן.

די תירוצים פון הימל זענען געענטפערט געווארן דורך פסוקים און דורך באהלאטענע ווערטער נישט אייביג קען מען גלייך פארשטיין וואס דער תירוץ איז. עטליכע מאהל אין די תשובות זעהט מען א ספעציעל נאנטעקייט צום שיטות הרי"ף וואס האט געהייסן יצחק, וואו ער דריקט זיך אויס "ואת בריתי אקים את יצח"ק".

מיר האבן היינט נאנט צו ניינציג שאלות און תשובות. דער ספר ווערט געברענגט אין פריערדיגע ספרים וואס האבן עס געזעהן אין כתב יד ווי דער שו"ת רדב"ז, און אויך דער ספר שבלי הלקט, השלם ברעגנט אסאך פסקים דערפון. אויך דערמאנט עס דער חיד"א אין זיין ספר שם הגדולים, און אין אנדערע זיינע ספרים, אז ער האט עס געזעהן אין כתב יד.

עס איז געדרוקט אין אסאך פלעצער, און אויך מיט הגהות און הערות פון הרב ראובן מרגליות, וואו ער שרייבט מקורות ווער נאך עס ברענגט יעדע תשובה, און וואו עס האט א מקור אין הלכה.