שאך (שפיל)

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון שאך)
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
Staunton chess set.jpg

שאך (אדער שאך מאַט) איז זייער אן אלטע סטראטעגי טאוול טיש שפיל וואס ווערט געשפילט מיט צוויי מענטשן.

די שפיל איז געבויעט קעסטלדיג מיט 64 קוואַדראַטן און 8 ליניעס. יעדער שפילער האט 16 חלקים איינער שווארצע און איינער ווייסע: 8 סאלדאטן, 1 קעניג, 1 מלכה, 2 טורעמס, 2 לויפערס און צוויי פערדן.

די ראשונים פלעגן דאס אנרופן "משחק השקאקיא". (עס איז פאראן א פאעטישער פיוט פונעם חוקר ר' אברהם בן מאיר בן עזרא, בעל אבן עזרא איבער דעם שאך שפיל)


היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

פונקטלעך ווען די שפיל איז פארפאסט געווארען איז נישט באוואוסט אבער רוב היסטאריקער האלט אז מען האט געשפילט שאך צום ערשטן מאל אין צפון אינדיע געגנט אין דער תקופה פון דער גופטא אימפעריע אינעם 6טן יארהונדערט. דער שפיל האט אנגעהויבען צובאקומען איר באוויסטהייט אין אייראפע אונם אכטצען יאר הונדערט נאכדעם וואס די מארינס פון פרס האבן אינוואדירט שפאניע.

ספעציעלע גאנגן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

עס זענען דא ספעציעלע גאנגן אין דעם שפיל.

  • ען פאסאנט, דאס איז ווען א סאלדאט שטייט אין א קעסטעל די פערטע רייע פון קעגנער און די קעגנער ברענגט ארויס זיינס א סאלדאט וואס ווען ער ברענגט דאס איין טריט קען מען אים אראפנעמען, גייט ער און ער ברענגט דאס צוויי טריט, דאן אויף יענער גאנג קען ער דאס אראפנעמען אזוי ווי ער וואלט נאר געגאנגן איין טריט.
  • גאפל (FORK), דאס איז ווען מען סטראשעט צוויי שטיקלעך אויף איינמאל פון קעגנער אין אזא וועג אז ער קען גארנישט טאן, למשל אז איינס פון די וואס ווערן געסטראשעט איז די קעניג און דער שטיקל וואס סטראשעט איז באשיצט, און עס סטראשעט נאך א שטיקל ווי למשל די מלכה, דאן הייסט דאס א גאפל ווייל דער קעגנער קען זיכער פארלירן די מלכה (חוץ אויב די שפילער האט אנדערע חשבונות).
  • אראפשטעלן (PIN), דאס איז ווען מען סטראשעט א שטיקל וואס אויב דער קעגנער וועט ריקען דעם שטיקל וועט א שטיקעל וואס איז מער ווערט אראפגענומען ווערן. ווי למשל אויב א פערדל איז אין די זעלבע רייע פון די קעניג, און די מלכה צילט אויפן זעלבן רייע, דאן איז די פערדל אראפגעשטעלט.

ווערט פון די שטיקלעך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

עס איז דא אומאפציעלע פונקטן פאר א יעדע שטיקל, וואס לויט דעם קען מען בויען א סטראטעגיע וואס לוינט זיך פארלירן פארוואס.

  • א סאלדאט איז ווערט 1 פונקט
  • א טורעם 5 פונקטן
  • א לויפער 3 פונקטן (נישט אלעמאל איז די לויפער און פערדל ווערט די זעלבע ווענדט זיך ווי אזוי די שפיל האלט)
  • א פערדל 3 פונקטן (נישט אלעמאל איז די לויפער און פערדל ווערט די זעלבע ווענדט זיך ווי אזוי די שפיל האלט)
  • א קעניגען 10 פונקטן

די קעניג האט נישט קיין נומער וויבאלד די שפיל ענדיגט זיך אהן אים.

לויט דעם חשבון קומט אויס אז אויב פארלירט איינער א טורעם מיט א פערדל און א לויפער פאר די קעגנערס מלכה, האט דער וואס האט פארלוירן די מלכה מער ווערטפולע שטיקלאך. אויך צו פארלירן ביידע טורעמעס פאר יענעם'ס מלכה איז די זעלבע זאך ווי פארלירן די מלכה. פארשטייט זיך אז דאס אלעס ווענדט זיך לויט די כשרונות פון די שפילערס.

באוואוסטע שפילער[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

שאך און די אידן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]