רפאל האלפערן
פֿון װיקיפּעדיע
ר' רפאל האלפערן (געב' ה'תרפ"ד, ווין - כ' אב, ה'תשע"א) איז א בעל תשובה וואס איז געווען א פראפעסיאנעלער ראַנגלער.
ער איז געבורין א פרומער און דערנאך געווארן אפגעפארן.
זיין פאטער האט געבויט זכרון מאיר בני ברק און איז געווען נאנט צום חזון איש.
ער איז א גרויסער ביזנעסמאן מיט צענדליגע אפטיקא געשעפטן אין ארץ ישראל.
ער איז אמאל געלאפן פאר בירגערמייסטער פון תל אביב
ער האט ארויסגעגעבן א כשרע ענציקלאפעדיע. וואס האלט שוין ביי 150 טויזנט ארטיקלען.
אויך האט ער ארויסגעגעבן א בוך איבער זיין קערפער געבוי יארן.
אויך האט ער אויסגעגבן א ספר איבערן חזון איש.
ער האט ארויסגעגעבן 16 ספרים איבער דער גענאלאגיע פון די תנאים און אמוראים, מיטן נאמען עץ החיים.
אויך האט ער ארויסגעגעבן דרײַ בענדער ספרים אויף דאס לעבן און שאפן פון רש"י.
ער האט אויך געעפֿנט עטליכע ספארטזאלן.