רעפובליק פון מאקעדאניע
מאַקעדאניע (מוסטער:שפראך-mk), אפיציעל רעפובליק פון מאַקעדאניע (Република Македонија, רעפובליקאַ מאַקעדאניאַ [rɛˈpublika makɛˈdɔnija]), איז א לאנד אין דעם צענטראלן באלקאנער האלבאינזל אין דרום-מזרח אייראפע. זי איז איינע פון די נאכפאלג לענדער פון דער אמאליגער יוגאסלאוויע, פון וועלכער זי האט פראקלאמירט זעלבשטענדיקייט אין 1991. זי איז געווארן א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער 1993 אבער, צוליב א פלוגתא מיט גריכנלאד וועגן דעם נאמען, האט מען זי אריינגעלאזט מיטן פראוויזארישן נאמען די געוועזענע יוגאסלאווישע רעפובליק פון מאקעדאניע[1][2]
א לאנד איינגעשלאסן לאנד, מאקעדאניע גרענעצט סערביע צו צפון, בולגאריע צו מזרח, גריכנלאנד צו דרום און אלבאניע צו מערב.[3] די הויפטשטאט פון לאנד איז סקאפיע, מיט 506,926 איינוואוינער לויטן 2002 צענזוס. אנדערע שטעט זענען כולל ביטאלע, קומאנאווא, פרילעפ, טעטאווא, אהריד, וועלעס, שטיפ, קאטשאני, גאסטיוואר און סטרומיקע.
מאקעדאניע האט מער ווי 50 אזערעס און זעכצן בערג העכער ווי 2000 מעטער. מאקעדאניע איז א מיטגליד פון די פאראייניגטע פעלקער און דעם אייראפע-ראט. זייט דעצעמבער 2005 קאנדידירט זי צו ווערן א מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד.
[באַאַרבעטן] רעפערענצן
- ↑ United Nations, A/RES/47/225, 8 April 1993
- ↑ United Nations Security Council Resolutions 817 of 7 April and 845 June 18 of 1993, see UN resolutions made on 1993
- ↑ The Republic of Macedonia – BASIC FACTS, Republic of Macedonia, Ministry of foreign affairs