רעדן:שלום רוקח

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

פארוואס נאר 'קעפלעך'?[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

לכבוד אלע חשוב'ע באנוצערס און לייענערס פון וויקיפעדיע!

איך האב צוגעגרייט די קעפלעך פון דער ארטיקל (רבי) "שלום רוקח" (זצ"ל) מיט די כוונה דאס אנצופילן מיט אינהאלט אין די קומענדיגע טעג אדער וואכן, זעלבסט פארשטענדליך אז יעדער קען אריין שרייבן, איך וויל נאר בעטען טאמער האט איר באמערקונגען אדער השגות אויף די קעפלעך ביטע דאס איבער שמועסן אין דעם בלאט 'רעדן און שמועסן' איידער איר זענט מחליט צו 'שניידן'.

מיט עהרע און דאנק צלפחד 03:27, 23 באוגוסט 2006 (UTC)

באזונדערע בלעטער פאר תלמידים[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איך האלט עס וואלט מער פאסיג געווען אז די די ביאגראפישע פרטים אויף די תלמידים זאלן זיין אויף די באזונדערע בלאט פאר יעדע. די תלמידים זאלן דאן זיין אין א ליסטע פון בולעטעד לינקס. (זעה ביי ר' דוב בער ממעזריטש.) --קאצקער 00:37, 30 באוגוסט 2006 (UTC)

דו ביזט גערעכט, און איך האב אין פלאן צו מאכן בעזונדערע ארטיקלן פאר די תלמידים, דא פראביר איך צו שרייבן נאר פאקטן וואס זענען אויסגעשפראכן נוגע צו זייער קשר צום שר שלום און איך צווייפל צו די פרטים וועלן זיין פאסיג פאר די באזונדערע בלעטער, ווען איך וועל אנקומן צו די ארטיקלן פון יעדער תלמיד, וועל איך דאן איבער קלערן יעדער פרט באזונדער, אין אויב זיי וועלן אריין פאסן אין די דערמאנטע ארטיקלן וועל איך דאס אויסמעקן דא. דערווייל מיין איך אז מען קען דאס לאזן אזוי, אדער לייכט מתקן זיין אז ס'זאל נישט זיין קיין ביאגראפישע פרטים נאר עקסקלוזיווע פרטים וואס זענען נוגע צו בעלזא. מיט שעצונג --צלפחד 06:52, 30 באוגוסט 2006 (UTC)
זייער גוט טוסטו. חזק ואמץ. --קאצקער 18:31, 30 באוגוסט 2006 (UTC)