רעדן:שלום בית

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

טעם פון צווישענשייד פון מאן און ווייב[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

צוליב דעם וואס דער בחור קומט פון ישיבה און דאס מיידל נישט. דאס איז א נישט גערעכט, ווייל נישט די ישיבה מאכט עס זאל זיין פראבלעמן מיט שלום בית, און נישט די מיידל שולע מאכט עס, א ראיה, עס איז דא פונקט אזוי שלום בית פראבלעמן ביי די וואס לערנן נישט אין ישיבה. יודישער שרייבער

אבער מער ביי וואס לערנען יא, דעריבער איז דאס בלויז איין טעם.--זלמן לייב 20:33, 9 מיי 2007 (UTC)
איך טיילט זיך מיט דיר, עס איז דא מער "סעקענט מעריטש" ביי די וואס לערנען נישט, עס איז אויך דא מער גיטין ביי די וואס לערענן נישט אין א ישיבה ווי ביי די וואס לערנען יא יודישע שרייבער
ווער רעדט דא פון סעקאנד מעריזשעס אדער גטין. מען רעדט פון שלום בית.--זלמן לייב 20:38, 9 מיי 2007 (UTC)
די שאלה איז: איז דא מער שלום בית פראבלעמן ביי די וואס לערנען אין ישיבה ווי ביי די וואס לערענן נישט ? די רפואה פאר שלום בית איז צו זיין איידל איינער צום צווייטן נאכגעבן, און דאס געפונט מען אסאך צווישן די וואס לערענן תורה און מוסר אין ישיבה יודישער שרייבער
דער תירוץ אויף דיין שאלה איז יא, ווייל אין ישיבה אנדערשט ווי אין יעדן שולע לערענט מען נישט פון ליבע. מען טיילט אפ אינגלעך פון מיידלעך און איינער קען זיך נישט די תכונה פון אנדערן און וויאזוי אומציגיין מיטן שותף, אונז מאכט מען חתונה נאך איין באשוי פון א שעה אדער 3 באשויס טאפס. פארוואס לייקענסטו מציאות'ער?--זלמן לייב 20:50, 9 מיי 2007 (UTC)

1:::::) ליבע דארף מען נישט צו לערענן דאס איז אן איינגעבאקענער טבע פון געבורט 2) מען האט אפגעטיילט יונגעליך פון מיידלעך ביי אלע פעלקער ביז פאר 60 – 70 יאהר צוריק איז דאס געווען אפגעטליילט אין אלע סקולס. 3) איינער קען נישט דעם תכונה פון צווייטן ? פארוואס רוב וואס לערענן אין ישיבה האבן שוועסטער, און באקאנטע מיידלעך. 4) וויאזוי אומצוגיין מיט א שותף לערנעט מען יא גראדע אין ישיבה. 5) וואס פאר א מציאות האב איך געלייקענט ? יודישע שרייבער

::::::: ליבע איז פונקט ווי כעס און אלע אנדערע נאטורליכע געפילען. מען דארף מען דאס יא לערנען ווייל מען קען טאקע פון נאטור ליב האבן אבער נישט אזוי גוט ווי ווען מען גרייט זיך אן מיט דעת. # אז אמאל האבן מענשטן געווען מאנקיס מיינט נאך נישט אז היינט זענען זיי מאנקיס, די וועלט איז אמאל געווען זייער נאיוו און ביי חרדים איז מען זייער טראדיציאנאל אין דעם. # א שוועסטער איז אנדערשט ווי א פרעמד מיידל און דאס איז אונזער פראבלעם אז מיר מיינען אז אונזער ווייבער זענען אונזער שוועסטער דעריבער האבן מיר נישט קיין שלום בית. # די מציאות אז מיר האבן שווערער שלום בית פראבלעמן ווי אנדערע.--זלמן לייב 20:59, 9 מיי 2007 (UTC).

איך האלט אז אונז האבן זייער גוט ארויסגעברענגט אונזער צד, עס האט שוין נישט קיין שכל צו פירן ווייטער וויכוחים יודישע שרייבער

דער זעלבער שכל וואס זאגט אז ער האט זייער גוט ארויסגעברענגט זיין צד זאגט אויך אז ער דארף נישט ענטפערן ווייטער. --זלמן לייב 21:04, 9 מיי 2007 (UTC)