רעדן:ציג

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

"ציגן מילך איז דאס מערסטע געזונטסטע מילך, און בכלל דאס בעסטע צו היילן אן א צאל ווייטאגען און שוואכקייטן, ווייל עס נישט פארהאנען אזא זאך ווי אלערגיע ביי ציגן מילך, און עס האט דאס בעסטע נאטורליכסטע ווייטאמינען וואס עס פעלט נאר אויס צו קריגן."

כ'ווייס נישט פון וואנעט נעמט זיך די ווערטער, וואס האבן נישט קיין מקור. מענטשן קען האבן אלערגיע צו ציגן מילך נישט ווייניגער ווי אנדער מילך. --פוילישער 05:30, 1 יולי 2011 (UTC)[ענטפֿער]

ניין מיין פריינד, עס איז נישטא אזא זאך ווי אלערגיע ביי ציגן מילך, טראץ וואס מענטשן זענען אמאל עמפינדלעך צו קיהען מילך, איז אבער ציגן מילך אויסגעשלאסן, איך בין אויפגעוואקסן מיט ציגעלעך, און איך פלעג מעלקן יעדע פריה די מילך פון זיי, און איך ווייס אסאך וועגן דעם באשעפעניש, איך האף צוצולייגן שפעטער נאך ידיעות דערוועגן.ששון 02:24, 3 יולי 2011 (UTC)[ענטפֿער]
לייענט דעם ארטיקל. --פוילישער 05:03, 3 יולי 2011 (UTC)[ענטפֿער]