רעדן:ציבל

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

דער ניק פוילישער שוין ווייטער געבארכן תקנה פון נישט ענדערן יענעם'ס קעפלעך[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מיר האבן דא א פאליסי פון וויקיפעדיע:אידיש אדער יידיש וואס לויטעט אז אויב א חסיד עפענט א קעפל וואס ביי זיי רופט מען איר אזוי קען נישט קומען א ליטוואק און צווינגן צו טוישן דעם קעפל ווייל לויט אים איז דאס בעסער אחוץ ער רעדט זיך קודם דורך דא אויפן רעדן זייט. דעריבער דארף דאס צוריקגיין צום ארגינעלן קעפל. א דאנק--Chaim Shel 13:28, 4 סעפּטעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]

וואס עפעס מיט חסידים און ליטוואקעס? אויף יידיש זאגן אלע "ציבל". ("צוויבעל" איז דייטש.) --פוילישער 14:11, 4 סעפּטעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]
וואס עפעס טרויסט דו דעך אפצולייקענען א פאקט קעגן גוגעל?! הער אויף צו צווינגן דא. דאס אז דייטש האט אויך דעם ווארט מיינט נאך נישט עס איז נישט אידיש. דער פאקט איז רוב אידיש רעדער רופן דאס און שרייבן דאס צוויבל ווי גוגל צייגט לייקען נישט קיין מציאות ביטע שטעל דאס צוריק ווי ארגינעל. א דאנק--Chaim Shel 14:29, 4 סעפּטעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]
אויף גוגל זעט מען מענטשן וואס הייסן צוויבל. דאס איז נישט נוגע צו אונז. רוב יידיש רעדער זאגן "ציבל" --פוילישער 16:50, 4 סעפּטעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]
דו ביסט שוין געוואונט צו פארדרייען די גוגל רעזולטאטן אמת מזעהט טאקע אויך נעמען אבער דאס איז נישט קיין סתירה צו דעם אז אויף דעם שאלה צו ציבל אדער ציבעלע אדער צוויבל נוצט מען מער צוויבל אין גוגל רעזולטאטן. אבער דו ווי דו האסט אנגעגעבן אין דיין קורץ ווארט ענדערונג אז די ווערטערביכער זאגן דוקא ציבל און טייל כאטש גאר א קליינער מיעוט זאגט נאך היינט צוטאגס ציבל וועלן מיר זיך נישט שלאגן מיט דיר. כאטשיג מן הדין וואלט ווען געדארפט דא זיין צוויבל. דערווייל האסטו אויסגעפירט מיט געוואלד איך וועל איר נישט צוריקדרייען. א דאנק--Chaim Shel 13:05, 6 סעפּטעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]
אויף אידיש הייסט עס ניט „ציבל” נאָר „ציבעלע”, געבאָרגט פון אוקרײַניש. --Shad Veyosiv (רעדן) 18:20, 6 אַפריל 2020 (UTC)
אוודאי קען מען זאגן אויף יידיש ״ציבל״. און נאך א זאך–יידיש א גאר אלטע שפראך, בארגט נישט קיין ווערטער פון אוקראאיניש, א מאדערנע שפראך. --פוילישער 16:22, 21 אַפריל 2020 (UTC)
פוילישער, ציבל איז וואָס הייסט אויף ענגליש אַ hypercorrection. גיב אַ קוק, וועסטו זען אַז אין רוב ווערטערביכער איז דער וואָרט ציבעלע. אויך איז די געשלעכט פון ציבעלע ווײַבליך, ניט „סתם־מין” ווי עס וואָלט זיך מאָנען אויב עס וואָלט זײַן אַ דימוניטיוו. אידיש האָט געבאָרגט הונדערטע ווערטער פון אוקרײַניש, און טאָמער דו וועסט זאָגן פאַר אַן אוקרײַנער אַז אוקרײַניש איז אַ „מאָדערנע” שפּראַך – שטעלסטו אײַן דײַן לעבן. --Shad Veyosiv (רעדן) 22:11, 21 אַפריל 2020 (UTC)
ערשטנס ס׳איז נישט קיין נ״מ אז ציבל שטאמט פון ציבעלע, אבער אזוי זאגט מען. צווייטנס, אוקראאיניש איז א שפראך נישט מער ווי דריי הונדערט יאר אלט, יידיש רעדט מען שוין אכט הונדערט יאר. דריטנס ציבעלע געפינט זיך אין רוב מערב־סלאווישע שפראכן און ס׳איז מער מסתבר אז אוקראאיניש האט גענומען דאס ווארט פון זיי און נישט פארקערט. --פוילישער 09:37, 22 אַפריל 2020 (UTC)
די הײַנטיקע אוקרײַניש איז אפשר דרײַ הונדערט יאָר אַלט, וואָס איז אגב ניט אינגער פאַר דער הײַנטיקער אידיש. איך ווייס ניט וואו דו האָסט זיך אויפגעצויגן, אָבער איך האָב הײַנט געפרעגט אַן ערך צען אידן ווי מ'זאָגט „אָניען” אויף אידיש, און אַלע אָן אויסנאַם האָבן געענטפערט ציבעלע. און אויב דיר גייט אָן דווקא ווי מ'רעדט הײַנט, זאָגן אַפולע אונגאַרישע אידן „צוויבל”. --Shad Veyosiv (רעדן) 00:32, 23 אַפריל 2020 (UTC)