רעדן:פרידן

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

א שטיקל פון באנוצער אלזוז אין גוף הארטיקל[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער ווילנער גאון זאגט פשט אין די דריי חלומות פון שלום ווייל די דריי ווייזן אויף דריי שטאפלען אין שלום:

די ערשטע איז א טייך, וואס איז צווישענשייד צווישען צוויי טריקענישן, וואס די וועג וואס זיי זענען באהאפטן איז נאר דורך וואסער, און כדי אריבער צו גיין דארף מען פארן מיט א שיף. וואס מיינט אז זייער שלום באשטייט נאר פון דעם וואס זיי שלאגן זיך נישט איינעם מיטן צווייטן און לעבן בשלום אויף די צוויי זייטן פון די טייך.

די צווייטע איז א טשייניק, א טשייניק איז א טאף וואס מען פילט אהן מיט וואסער און מען לייגט דאס ארויף אויף פייער כדי אפצוקאכן די וואסער. די פייער און די וואסער האבן זיך נישט געקענט צוזאמען קומען אהן די טשייניק, כדי מען זאל קענען האבן ביידע צוזאמען (הייס וואסער) האט מען גענוצט די טשייניק. דאס ווייזט אויף א שלום וואס איז דא נאר כדי צו קענען צוקומען צו אזאך וואס ביידע קענען באשטיין נאר מען קען נישט אליין, דערפאר ניצט מען דעם שלום דאס צו דערגרייכן. דאס איז דאס זעלבע ווי צוויי רעגירונגען וואס מאכן א האנדלס אפמאך צוליב דעם וואס איין מדינה האט נישט די סחורה וואס די אנדער מדינה קען צושטעלן אין אויסטויש פאר אנדערע סחורה אדער געלט.

די דריטע איז א פייגל וואס האט איז זיך צוויי קעגנזייטיגע זאכן, ער קען פליען און ער קען גיין צופוס וואס איז ביידע א טייל פון אים, דאס ווייזט אויף א שלום וואס מאכט פון ביידע ממש איינס, דאס איז געווענליך ביי א פארפאלק וואס האט א גוטע שלום בית.

אריבערגעפירט אהער דורך מיר הק' --Chaim Shel 16:21, 19 אויגוסט 2009 (UTC)[ענטפֿער]