רעדן:נפתלי הירץ וויזעל

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

איך האב דעם פאלגנדן אראפגענומען פונעם ארטיקל; מען דארף אים פריער ארויסלייגן לויט די כללים פון וויקיפעדיע.


נפתלי הירץ וויזעל וועלכער איז געבוירן ה' טבת תפ"ו, דעם ניינטן דעצעמבער 1725 (געלעבט ביז 1805 ) איז געווען א לינגוויסטיקער און פאעט אינעם לשה"ק שפראך. פון די וועלכע זענען געשטאנען אין שפיץ פונעם השכלה באוועגונג. זיין חיבור דברי שלום ואמת, וואס פאדערט א דראסטישע טויש אינעם אידישע חינוך האט ערוועקט א שטורמישע קאנטראווערסיע צווישן די ערשטע משכילים און די רבנים פון די אייראפעישע געמיינדעס. דער חיבור פון שירים וואס ער האט מחבר געווען אויף ר' משה מנדלסון "שירי תפארת" האט שטארק באיינפלוסט די קומענדיגע דורות פון פאעטער און מחברי שירים. און א טייל פון די היסטאריקער זעהן אין אים די אנהויב פון די העברעאישע שפראך באנייאונג.

זיין יוגנט

די פאמיליע פון נפתלי הירץ, א משפחה פון אידישע סוחרים מיטן נאמען רייז, פון פוילישן אפשטאם, האבן נאכפאלגענדיג די ת"ח ות"ט אומרוהען און שלעכטע צייטן פאר אידן, זיך אריבערגעצויגן צו קרקוב, דערנאך צו אמסטערדאם. נאכוואס די פאמיליע האט שיין מרוויח געווען אין געשעפטן האט זי זיך געצויגן צום שטאט וויזל (Wesel) אין דויטשלאנד. טוישענדיג די נאמען פון רייז צו ווייזל. נאכוואס די עסקים האבן זיך פארצווייגט און זיי האבן אנגעקניפט מסחרישע קשרים מיטן דענישער קעניג האבן זיי געצויגן זיך צו האמבורג, וואו דארט איז אין דעם ניינטן דעצעמבער 1725 נפתלי הירץ געבוירן געווארן צו זיין פאטער יששכר. אין זיין קינדהייט האט זיך די ממשפחה געצויגן צו קאפענהאגן, און זיין טאטע האט סופלייט סחורה און פראדוקטן צום קעניג, און דארט האט נפתלי הירץ אנגעהויבן באקומען א מסורה'דיגע אידישע חינוך: תנ"ך און גמ'. אין 1735 איז געקומען קיין קופנהאגן דער מלמד שלמה זלמן הענע (הינא, הנאו) און יששכר ווייזל ה אט אים געדינגען ער זאל לערנען זיין דער פריוואטער מלמד פון זיין זוהן. פון דעם מלמד האט נפתלי הערץ באקומען דעם חשק ארויסצוקוקן אביסל פון די טראדיציאנאלע אידישע לערנונגען און זיך אינטרעסירן אין היסטאריע, געאגראפיע, נאטור און מאטעמאטיק. ער האט אנגעהויבן לערנען וויסנשאפטליכע אידישע ביכער פון די מיטלאלטער יארן, און אויך געלערנט זיך פרעמדע שפראכן, אריינגערעכנט דויטש און פראנצויזיש. ווי אויך האט ער געלערנט אין די ישיבות פון די תורה ריזן אין יענע דור, צווישן זיי רבי יהונתן אייבשיץ זצ"ל און איינגעקויפט א אויסטערלישע בקיאות אין תלמוד, הלכה און אגדה.

זייענדיג זיבעצן יאר אלט אין 1742 האט ער זיך איינגהאנדלט א תנ"ך איבערגעטייטשט אין דויטש דורך מארטין לוטער, און דארט געלערנט די 'ספרים החיצונים' (דעטערוקונוניקל) דאס זענען ביכער וואס די מערהייט פון זיי זענען געשריבן געווארן דורך אידן אין די תקופה פון בית שני אבער זענען נישט אנגענומען געווארן דורך די אידישע חכמים און פירער ווי א טייל פון די פארהייליגעטע כתבי ידות ווען מ'האט געשלאסן דעם תנ"ך.

ער האט אנגעהויבן מיטן איבערטייטשן דעם ספר חיצוני "חכמת שלמה" אין לשה"ק, און אפילו צוגעלייגט זיינס א קליינעם פירוש וואס ער האט שפעטער פארברייטערט פאר א חיבור מיט'ן נאמען "רוח חן" די תרגום האט ער מדייק געווען צו שרייבן אויפ'ן ריינעם לשון המקרא פון תנ"ך. די נארמע (וואס ער האט נאך גע'ירשנט פון זיין רעבין האנאו, וועלכער האט מתקן געווען די לשון פון סידור לויט דיזע כללים) האט נאך באגלייט פאר יארן שפעטער די כללי עברית וואס די תנועת השכלה האט באנוצט אין זייערע ווערק מיט די הילף פון זיינע עלטערן און פעטער'ס האט ער אנגעהויבן האנדלען, און נאך עטליכע יאר אנגעהויבן ארבעטן פאר'ן אידישן אמסטערדאמער באנקיר היינריך פייטל אפרים, וועלכער איז אליין געווען א מיטגליד פון א קליין גרופע משכילים אין אמסטערדאם, צווישן זיי דוד פרנקו-מאנדעז און אנדערע, ווען צו דער זעלבער צייט טוט ער זיך פארטיפן אין דקדוק פון לשון המקרא. צווישן די יארן פון תקכ"ה – תקכ"ו האט ער מוציא לאור געווען אין צוויי טיילן דעם ספר "גן נעול" - א חקירה אינעם אפטייטש און באדייט פונעם שורש "חכם". שפעטער איז עס געווארן א חלק פון די סעריע ספרי דקדוק זיינע מיטן נאמען "לבנון". נפתלי הירץ האט אפגעלערנט דעם דקדוק פון לשה"ק. דאס היות לשה"ק איז דעם אויבערשטן'ס שפראך, פאסט זיך נישט קיין מילים נרדפות – ווערטער און סינאנימען וואס ווערן גענוצט פאר עטליכע אפטייטשן. דעריבער האט ער זיך אנגעשטרענגט מבחין צו זיין צווישן ווערטער און פאראלעלע מושגים. א ארבעט וואס טוט שטארק פארפלאנטערן זיינע פירושים און מאכט שווער פאר'ן לייענער ארויסצוקומען מיט א קלארקייט.

בערלין אין אמסטערדאם איז נפתלי הערץ פינאנציעליש געשטאנען גוט, און ער האט געעפנט זיין אייגענע ביזנעס. און 1796 האט ער זיך אומגעקערט קיין קאפענהאגן, און געהייראט מיט זיין פרוי שרה, דארט האט זיין פינאנציעלע לאגע אנגעהויבן גיין קאפ אראפ, און אין 1774 איז ער אריבער קיין בערלין אנצופירן דעם ביזנעס פון יוסף פייטל אפרים. ( א זוהן פונעם אויבן דערמאנטן היינריך)

נאך איידער ער איז געקומען קיין בערלין האט ער שוין געפירט בריוו קאראספאנדענץ מיט משה מענדעלזאן, און גאר שטארק אויסגעלויבט זיין ספר 'פיידאן', און אפילו אנגעטראגן זיך עס איבערצוטייטשן אין לשה"ק. פון ווען ער איז אנגעקומען קיין בערלין איז זייער פריינדשאפט שטארקער געווארן, טראץ וואס נפתלי הערץ איז געווען פיהל מער אפגעהיטן און פארמאכט מיט זיינע דעות און אויפגעקלערטקייט – פון מענדעלזאן. אין 1775 האט ער פארשרפייט זיין צווייטע ספר "יין לבנון", א לינגוויסטישע פירוש אויף מסכת אבות, אויף וועלכן ער האט באקומען אסאך הסכמות, צווישן זיי פון דער נודע ביהודה, און רבי דוד טבל פון ליסה, וועלכע זענען שפעטער געווארן זיינע בלוט שונאים און אים פארביטערט דאס לעבן. דער ברייטער פירוש "רוח חן" אויף "חכמת שלמה" האט ער אריסגעגעבן אין 1780 און אויף דעם האבן שוין מער נישט ערשיינט קיינע הסכמות פון רבנים (ווארשיינליך צוליב די התנגדות קעגן ספרים חיצונים וואס האט געהערשט יענץ צייט). אין 1778 איז ארויס לאור דער באנד פון אידיש טייטש אויף ספר שמות, מיט'ן ביאור פון מענדעלזאן, און נפתלי הערץ האט עס תיכף באגריסט מיט א שיר "מהלל רֵע" לכבוד דעם. דארט האט ער אויסגעלויבט מענדעלזאן, און קריטיקירט די דעמאלטדיגע אידישע חינוך, אפרעדנדיג זיך אז די מלמדים לערנען נישט מיט די קינדער נ"ך און דקדוק, און פירוש המילות פון לשה"ק.

יענע יארן האט נפתלי הערץ פארלוירן אין זיינע פארמעגנס, און ער איז אפגעזאגט געווארן פון זיין ארבעט, דערגרייכענדיג א פינאנציעלע נויט. ער איז געצווינגען געווען אנצוהויבן זיך פארדינגען אלס מלמד, אבער דער מזל האט אים דא אויך נישט געשפיהלט, און ער האט נישט געטראפן קיין ארבעט, צוליב וואס די פרומע עלטערן האבן אים נישט געוואלט, ווייל ער איז געווען צו 'אויפגעקלערט' פאר זיי, און די משכילים האבן אים אויך נישט געוואלט דינגען, וויבאלד ער איז געווען צו פאנאטיש פאר זיי, אויך א דאנק דעם וואס ער האט זיך געגנגעשטעלט דאס לערנען נאטור פארשונגען מיט די קינדער, וויבאלד זיי טוען נישט גענוג אריינהארעווען אין די פסוקים פון ספר בראשית. ער האט שפעטער געזאגט אויף זיך "הישנים יחשדוני לחדש, והחדשים יחשדוני לישן". יענע יארן האט ער גענהויבן ארבעטן אויף א גרינדיעזע לשה"ק ווערטערבוך, וועלכע האט למעשה קיינמאל נישט געזען דעם דרוק. אויך האט ער דאן פארפאסט דעם פירוש זיינעם אויף ספר ויקרא צוזאמען מיט מענדלזאנ'ס טייטש חומש און ביאור; גאר א טיפע פירוש, אבער לויט קריטיקירער האט ער זיך צופיהל פארלייגט אויף לינגוויסטישע שאלות, און וויבאלד זיין ארגינעלע רצון איז געווען אויסצוגלייך די פסוקים מיט די ווערטער פון חז"ל, איז עס למעשה געווארן זייער לאנג און פארפלאנטערט. אלענפאלס, אדאנק דאס ארויסגעבן דעם פירוש, האט זיך נפתלי הערצ'נס פינאנציעלע לאגע היפש פארבעסערט, און זיין מזל האט אים אויפגעשיינט.

דברי שלום ואמת.

אינעם דרייצנטן פון אקטובער 1781 האט יוזעף קיסר דער צווייטער ארויסגעגעבן דעם באקאנטן טאלאראנצדיקט דעקרעט. זיין ציהל איז געווען צו מאדערנעזירן דעם אידישן פאלק, און צו דעם צוועק איז געשאנקן געווארן פאר'ן איד, אסאך פריוועליגיעס, און פארשידענע פארבאטן זענען אראפגענומען געווארן. אבער אין די זעלבע צייט, האט מען אויך ארויפגעלייגט אנדערע חיובים אויף זיי, ספעציעל אין די געביטן פון חינוך. דער טאלאראנץ דעקרעט האט זיי באפרייט א טייל פון די שטייערען וואס איז געלעגן אויף זיי ביז דאן, עס איז ערלויבט געווארן פאר אידן צו לערנען פאכן וואס איז ביז היינט פארבאטן געווען, אנפירן מיט ביזנעסער, און פטור געווארן פון דארפן גיין געקליידעט מיט ספעציעלע קליידער; דאקעגן מצד שני, איז געקומען א לאנגע ליסטע פון פרישע באגרעניצונגען און נייע גזירות, אריינגערעכנט, די פארבאט פון זיך באזעצן אין געויסע אנגעצייכנטע זאנעס אין אויסטריה, נייע שטיייערן, און א איסור צו שרייבן אין די פנקסי הקהלה אין אידיש אדער לשה"ק. בלויז דויטש! און אזוי נאך. די טאלעראנץ דעקרעט האט אויך באהאנדלט די אידישע עדיוקעישן. מ'האט ערלויבט אידן צו גיין לערנען אין די מאדערנע שקאלן פונעם לאנד, און אזוי אויך זיך אליין עפענען מאדערנע שקאלעס, אוואו מ'וועט לערנען דויטש דארט.

דאס מערהייט אידישע ציבור און רבנישע פירערשאפט האט מיט צווייפלהאפטיקייט אנגענומען די פרישע גזירות, און געהאלטן אז דער קיסר מיינט דערמיט זיך מער, ווי דאס פרידן און וואוילזיין פון זיינע אידישע אינטערטאנען. אפילו הרב מענדעלזאן איז עס נישט צום הארצן געווען, און ער האט אויך אין אנהויב פארדעכטיגט אין דאס וואס האט - אין בעסטן פאל דאס מערסטע שכל געמאכט – אז דעם קיסר'ס כוונה איז צו-אסימילירן דעם אידישן פאלק און זיי טויפן צו קריסטנום.

נפתלי הירץ אבער האט געזען אינעם 'טאלערירונג' א געוואלדיקע געלעגנהייט, וואס דארום האט ער מפרסם געווען דעם קונטרס 'דברי שלום ואמת' אין וועלכן ער טוט רופן זיינע אידישע ברודער, זיי זאלן שטיצן די נייע געזעצן רעגולאציעס. לויט ווי ער שרייבט דארט ברויך מען מחזק זיין די "לעהרע פון מענטש", נעמליך די וויסענשאפטליכע סאציאלע לימודים וואס איז כולל אין זיך 'נאטור און קולטור' כדי אז די "תורת השם" דהיינו, די תורה און מצות זאלן האבן אויף וואס זיך אנצוהאלטן און באזירן אויף. ער האט געהאלטן, אז צוליב די צרות און רדיפות וואס די אידן זענען אויסגעשטאנען דורך די גלות יארן האט מען איבערגעלאזט דאס לערנען נישט בלויז די חכמות החיצוניות וואס מיר פלעגן לערנען, נאר אפילו דקדוק און תנ"ך, און יעצט ווען עס איז געקומען אזא גוטע געלעגנהייט אדורצופירן אזעלכע דראסטישע רעפארמען צו בעסערונג – אין די אידישע חינוך סיסטעם, און צוריקשטעלן די אזוי וויכטיגע לימודים אין פלאץ איז א עולה זיך מעלים צו זיין דערפון.

ווי ער שרייבט: והנה לחנך נערי בני ישראל על הסדר הנכון יחלק לשתי מחלקות; המחלקת האחת היא ללמדו תורת האדם, והן הדברים שבעבורן בעליהן ראויין להקרא בשם אדם, כי הנעדר מהן כמעט שלא יאות לו התאר הזה, וכמו שיתבאר. והמחלקות השנייה היא ללמדו תורת ה', שהן חקי האלהים ותורותיו. [...]

ובכלל תורת האדם הן הידיעות הנימוסיות, דרכי המוסר והמידות הטובות [...] וכן לדעת קורות הדורות (היסטאריע) וצורת הארצות והימים (גיאוגרפיא) ומנהגי המדינות ומשפטי המלכים וכיוצא באלה, וכן כוללת החכמות הלימודיות, כמו חכמת המספר (אריטמעטיק) וחכמת המדידה (גיאומעטריא) וחכמת תכונת השמים (אסטראנאמיא) וכיוצא בהן. [...] והנה תורת האדם קודמת בזמן לחקי האלהים העליונים [...] והשני אף על פי שחקי האלהים ותורותיו נעלים מאוד מתורת האדם, הם קשורים ודבוקים בה, ובמקום שתכלה תורת האדם תתחיל התורה האלהית ותגד לנו דברים שאין בכח שום אדם להשיגם, ולכן המסכל חקי האלהים ויודע תורת האדם, אף על פי שלא יהנו מאורו חכמי ישראל בחכמת התורה, יהנו ממנו שאר בני האדם שבכל העמים; והמסכל תורת האדם, אף על פי שיודע חקי האלהים, אינו משמח לא את חכמי עמו ולא את שאר בני האדם. וכן אמרו חכמים: כל תלמיד חכם (שהוא היודע חקי האלהים ותורותיו) שאין בו דעה (נמוסיות ודרך ארץ) נבלה טובה הימנו.

כדי צו לערנען "תורת האדם" (מענטשליכקייט) ברויכן די אידן אויך לערנען דויטש, אזוי אז מ'זאל קענען לערנען די וויסענשאפט ווי עס באדארף צוזיין. די סדר הלימודים דארף זיין שטאפלווייז, און די לימודי המקרא, דארפן זיין א יסוד אין די לימודים פון יעדן קינד. מצד שני, איז אבער נישט יעדע אינגל מחויב צו לערנען גמרא. ווער עס קען נישט, איז גענוג ער זאל לערנען מקרא, משנה, און כלליות'דיגע ידיעות און דערנאך ווערן א ביזנעסמאן אדער ארבעטסמאן. נפתלי הערץ איז נישט ארויס מיט זיין חיבור קעגן די רבנים אדער קעגן דעם תלמוד חלילה; אבער וויבאלד רוב רבנים אין אייראפע יענע צייטן האבן נישט געהאט דאס מינדסטע וועלטליכע וויסענשאפט, האבן זיינע ווערטער אויסגערופן גרויס צארן אין די רבנישע ספערע. נאכדערצו נאכוואס ער האט ציטירט דעם מדרש רבה "כל תלמיד חכם שאין בו דעת – נבילה טובה הימנו".

תיכף ווען די חיבור האט ערשיינט, זענען אסאך רבנים שארף ארויסגעקומען קעגן אים. הרב יחזקאל לאנדא, דער בעל נודע ביהודה, האט אנגערופן הרב נפתלי הערץ "איש רשע", און האט לחלוטין אוועקגעמאכט זיינע שיטות אינעם קונטרס. הרב דוד טעבלי פון שטאט ליסה, האט אויפגעטרעטן אין זיין שטאט שבת, מיט א שארפע דרשה וואס איז שפעטער ארומגעשיקט געווארן בכתב אין אלע קהילות אויף די לענג און די ברייט פון אייראפע. אין זיינע ווערטער: "רע עלי המעשה אשר ראיתם מאיש חנף ומרע, איש עני בדעת, הדיוט שבהדיוטים... זד היהיר הלזה, צורר היהודים... ניאץ קודש עליון ומקדשיו" . און נאך אזעלכע ענליכע לשונות. ער האט גערופן מחרים צו זיין און אויסשפייען דעם נפתלי הערץ מתוך העדה.

די מחלוקת האט דערגרייכט ביז ווילנע, דארט האט מען פארברענט דעם באנד אין שוהל הויף; עס איז א מחלוקת צווישן היסטאריע פארשער, ביז ווי ווייט, און אויב בכלל דער גאון איז פארמישט געווען אין די פעולות קעגן הרב נפתלי הערץ. בעיקר זענען זייערע טענות געווען אז נפתלי הערץ טוט מאכן די תורה א טפל צו וועלטליכע וויסענשאפט און חכמות, און טוט דערמיט מקפח זיין די פרנסה פון די אידישע מלמדי תינוקות; אבער די עכטע שטופ צו נעמען שריט קעגן דעם ספר האט געשטאמט פון זייער פאלשע אפלערנונג אז נפתלי הערץ רופט למעשה פאר א נייע באוועגונג פון א געלערנטע מאדערנע פרייע עליטע וואס האבן א אייניגע כח, זייט ביי זייט מיט די רבנישע הלכה'דיגע מאכט, וואס איז ביז דאן געווען דער אויסשליסליכער אויטאריטעט אין דער גייסטישער וועלט פון די דייטשע, פוילישע און מזרח אייראפעאישע אידן.

נישט אין אלע מדינות איז זיין חיבור אויפגענומען געווארן מיט א שלעכט קריטיקירנדע אויג. אין די טריאסטע קהילה וואס אין איטאליע האט מען אים שטארק מחזק געווען, און אפילו געפענט א שולע אין זיין גייסט. ער האט זיי געשיקט א בריוו, וואס ער האט שפעטער מפרסם געווען מיט'ן נאמען "רב טוב לבית ישראל", און דארט האט ער אביסל פונקטליכער ערקלערט וואס זיין כוונה איז געווען. אז ער האט נישט געמיינט, די תורה זאל זיין א טפל צו די גויאישע חכמות. ער האט באקומען בריוו פון די איטאליענישע רבנים, מיט חיזוק צו זיינע שיטות, טראץ וואס ס'זענען געווען עטליכע אין איטאליע וואס האבן זיך אפגעשאקלט פון זיין שיטה א דוגמה ווי ר' ישמעאל הכהן פון מודינא.

דער בערלינער שטאט'ס רב, צבי הירש לעווין איז געגאנגען א טריט ווייטער, און אנגעהויבן אנווענדען מיטלען צו פארטרייבן נפתלי הערץ פון שטאט, אבער מענדעלזאן האט זיך געקערט צו די שטאטישע באהערדע וואס האבן פארזיכערט זייער שיצונג. עס זענען געווען צווישן די משכילים אזעלכע ווי דוד פרידלענדער און נאך ואס האבן געפירט פראוועקאציעס מיט די ארטיגע רבנים וועלכע האבן געשטיצט דעם מערכה קעגן נפתלי הערץ און די פאשקעווילן געגן אים. אבער כנראה נישט לפי דעם רצון פון נפתלי הערץ; פרידלענדער האט זאגאר איבערגעדרוקט דעם "דברי שלום ואמת" אין דייטש. שאול בערלין, א זוהן פון רב לעווין וועלכער איז אליין א רב פון א קהילה געווען, אבער אין דער זעלבער צייט א פארבארגענער משכיל געוועזן, האט ארויסגעגעבן אנאנימלעך א חוזק פאשקעוויל אויף די רבנישע וועלט, "כתב יושר", געשריבן זיך אנצונעמען אויף "דברי שלום ואמת", אבער דאס איז נאר געדרוקט געווארן הערשט, נאך בערלינער'ס פטירה אין 1794.

נפתלי הערץ אליין, האט געשריבן נאך צוויי בריוון שפעטער, "עין משפט" און "רחובות" אפצוענטפערן די טענות פון ר' דוד טעבלה, אבער אין די לעצטע בריוו, אנערקענט ער שוין, אז די גאנצע עסק האט זיך אויסגעלאזט ווייט נישט וואו ער האט געהאפט. ווי עס זעהט זיך ארויס פון די ווערטער "סוף דבר, תחת חיטה יצא חוח, ותחת שעורה באשה; תמו דברי נפתלי". דא האט ער איבערגעלאזט די געפעכט צווישן די רבנים און די משכילים און זיך געקערט צו שרייבעריי.

שירי תפארת

אין 1785 האט הרב נפתלי הערץ ארויסגעגעבן זיין "ספר המדות" וואס איז עוסק אין מאראל און חכמת הנפש, דארט דערקענט זיך אהן אביסל די דעמאלטיגע נייע מאראלישע ווינטן וואס האבן געבלאזן אין אייראפע יענע צייט. ארבעטנדיג אויף דעם ספר אין יארע 1783 איז זיין פרוי געשטארבן, און פון דאן ביז זיין ענדע לעבן האט ער געארבעט אויף זיין גרעסטע פראיעקט "שירי תפארת" .

"שירי תפארת" איז א חיבור פון שירים (ווי פאלקס געזאנגען אפצומאלן אמאליגע העלדן און קולטלערע פערזענליכקייטן) אויף די תקופת המקרא, און רעדט איבער משה רבינו'ס כאראקטער. עס אנטהאלט זעקס חלקים און אכצן שירים. די ערשטע טייל איז ארויסגעקומען 1789. די פיהר קומענדיגע אין – 1802, און די לעצטע ערשט נאך זיין טויט אין 1829. ווי עס שיינט איז ער אינספירירט געווארן דאס ארויסצוגעבן נאכדעם וואס ער האט עוסק געווען אין ספר שמות, נאך א פאקטאר איז געווען דאס וואס די דויטשע פאעטיקער האבן ארויסגעגעבן די תנ"כישע ווערק יענע צייטן. ווי פרידריך גוטליב קלופשטאק, וואס האט מחבר געווען דעם משיח-שיר איבער ישו הנוצרי. האט נפתלי הערץ קעגן דעם, ארויסגעגעבן דעם "שירי תפארת"

מצד זייער אינהאלט, טוען די שירים רעפלעקטירן שטארק די גרויסקייט פון משה, און טוט אויך וואונדעליך אראפמאלן זיין מענשטליכקייט, און פארשטאנד צו די מאסן. זיי רעדן ארום איבער די פאסירונגען פון משה און דער אידישע פאלק, פון משה'ס געבורט ביז'ן מעמד הר סיני. עס ליגט אין זיי אויך פסיכילאגישע רעיונות, אקטועלע רמזים, און א געבעהט פאר א גייסטישע און אויך פאלקלארישע גאולה, און גלייכצייטיג א לאנד פאר דאס פאלק ישראל. נפלי הערץ אליין שרייבט אז זיין ציהל מיט'ן שרייבן די שירים איז נישט געווען צו באשאפן א נייע פאעטישע געשטאלט, נאר ליבערשט צו ערקלערן די פסוקים, און מקרב זיין מענטשן צו תורה מיט די זיסע געזאנגען. ער איז ווייטער ממשיך דערין זיין אפגעהיטנקייט פון א ערליכן שטאנדפונקט, און כמעט וואס עס געפינען זיך נישט אין די פאעטן ענינים וואס ווערן נישט דערמאנט אין מדרשי חז"ל אדער ביי די פרשנים לאורך השנים. "שירי תפארת" האט געמאכט א שטארקע איינדרוק תיכף ווען עס איז ערשינען לאור, און עס איז פארטייטשט געווארן צו פראנצויזיש און דויטש.

נפתלי הערץ איז זיין גאנצע לעבן פארבליבן אויפ'ן גרעניץ ליניע צווישן השכלה און מסורה, מיט זיין אויסערליכע אויסזעה האט ער אויסגעקוקט פונקט ווי יעדע אנדערע אייראפעאישע משכיל אין יענער צייט, אבער מצד שני האט ער פארגעזעצט היטן תורה ומצות, און ווען די רעדאקטארן פונעם משכילישע צייטונג 'המאסף' האבן אים געבעטן צו שרייבן פאר זיי, האט ער איינגעשטימט בלויז מיט'ן תנאי זיי זאלן נישט מפרסם זיין אין זייער צייטונג "שירי עגבים" (רייצנדע ניגונים, איראטיק אדער ליבע), זיי זאלן זיך נישט באפאסן מיט די יוונישע מיטילאגיע און נישט אפשפעטן און אפלאכן פון די אידישע מסורה. אויף דער עלטער האט מען אים אנגעטראגן א רבנישע פאסטן אין א פארטיגעזישע קהילה אין לאנדאן, (נפתלי הערץ האט פון זייין וויילן אין אמסטערדאם, געשפירט א נויגונג צו די ספרדישע אידישע קולטור, און אפ' בעפארצוגט די ספרדישע הברה פון לשה"ק) אבער ער האט צוריקגעוויזן דעם אנבאט.

אין בערלין האט ער געשריבן נאך א צאל פאעטן, צווישן זיי שירים לכבוד די גרויסארטיגע געשעהענישן ביי די אייראפעישע פרינצן און קיסרים פון יענע צייט. ער האט אסאך ווערק מפרסם געווען אינעם "המאסף" און איבערגעלאזט נאך א צאל ספרים אין כתב יד. אין 1804 האט ער זיך געצויגן קיין האמבורג, דארט האט ער נאך פיהל געשריבן, און געדרשנ'ט בציבור. אינעם 28'סטן פעברואר 1805 איז ער נפטר געווארן, און מ'האט אים באערדיגט אינעם ספרדישן בית הקברות אין אלטונה.

צווישן היסטאריקער הערשט עטליכע צוגאנגען איבערן עפעקט און משמעות וואס דער "דברי שלום ואמת" סאמאטוכע האט אנגעמאכט זיינער צייט. פאלגנד איז לויט ווי משה סאמעט האט עס מסכם געווען:

עס הערשט א שטרייט צווישן היסטאריע פארשער, ווי א טיפער פגיעה, און ווי שטארקע קלאפ אין די אלטע מסורה, די צוויי משכילים [מענדעלזאן און וויזל] האבן מצליח געווען אנצומאכן. די לעצטיגערע נויגן צו זעהן מענדעלזאן און וויזל ווי שטארקע טראדיציאנאלע בעלי מסורה, און לויט זיי זענען די רבנים געווען גארדי עקסטרימע קנאים. די ארטאדאקסישע מחברים אבער, טוען דן זיין מענדעלזאן און וויזל לכף חובה, זעהענדיג אין זיי אזעלכע וואס איז זיך זיי, גאנץ וואויל געקומען - צו ליידן פון די גדולי דורם. און די נייע-ארטאדאקסן זעהן אין זיי 'צדיקים' וואס די רבנים אין יענער צייט האבן זיך אפגעשאקלט פון זיי וויבאלד זיי האבן געהאט תלמידים וואס האבן הקדיח תבשילם געווען.

סאמעט אליין מאכט אוועק, די שטארקייט פון די שערעוריה, אנווייזענדיג אז נאך אפאר יאר האבן די רבנים צוריק אנגענומען וויזל פאר א אדם כשר, גענוי ווי אין די גוטע צייטן; און האבן אפילו מחשיב געווען אים, און זיינע ספרים. למעשה הערשט ביז היינט, אין די ארטאדאקסישע וועלט צוויי קעגנגעזעצטע דעות איבער וויזל'ס פערזענליכקייט. אסאך באציעהן זיך צו אים ווי אן אדם רשע, און אסרן אריינצוקוקן אין זיינע ספרים אפ' אין די גוטע. אין די ניינציגער, איז מפורסם געווארן אין א חסידישע צייטונג "קובץ בית אהרן וישראל" א סעריע ארטיקלען בגנותו. די ברסלב'ער חסידים פארמאגן אין זייער מסורה, א אנדערע גירסה פונעם ספר יין לבנון, פיהל מיט אפענע כפירה, און אנגעבליך האט ר' נחמן עס פארברענט אין פייער. מצד אחר, האבן אסאך רבנים און מחברים דורכאויס די יארן פיהל ציטירט און נאכגעברענגט פון נפתלי הערץ, אריינגערעכנט די מלבי"ם למשל, אויף אסאך פלעצער אין זיין פירוש. רבי ישראל ליפשיץ דער בעל תפארת ישראל, און ר' שמשון רפאל הירש. אויך הרב קוק און זיין זוהן טועהן דערמאנען נפתלי הערץ'ן לטובה. ווי אויך, טוהען די ישיבות וואס זעהן זיך אלץ תלמידי רב קוק – לערנען זיינע כתבים.

ביי די משכילים אינעם ניינצטן יאר הונדערט איז וויזל פאררעכנט געווארן ווי איינער פון די אבות פונעם השכלה באוועגונג, צוזאמען מיט מענדעלזאן. 'שירי תפארת' איז פארשפרייט געווארן אין אייראפע, אין לויף פון די קומענדיגע צענדליגע יארן, צווישן אנדערע צוליב די השכלישע מושגים וואס ליגן דערין. אסאך שבחים און הערצה איז געשריבן געווארן דערויף, ווי אויך קריטיק פון פארשידענע, אויף די אריכות דערפון. נחמן ביאליק שרייבט א קורצע אפשאצונג אויף זיינע שירים.

על שטח מרובה של ששה חלקים שלמים הוא הולך וחורז בלי הפסק בזה אחר זה חרוזים שקולים, מונוטוניים וקלושי תוכן על-דבר המסופר כבר בחומש: על יציאת מצרים וחיי משה. ויותר משיש שם ספור יש שם דרוש מליצי, שבאורי מקראות מובלעים בו דרך-אגב. להרגשה עמוקה אין סימן ולכח-הציור אין זכר... מספרים, כי הרבה מן המשכילים ידעו פרקים רבים מן הספר ההוא בעל-פה ובשעת מקרא חרוזיו היו מורידים דמעות מתוך שפע התפעלות ודבקות. בימינו, כשנשתנו הטעמים, קשה לנו להעשות שותפים להתפעלותם, אבל אפשר לנו להסבירה. חרוזיו הקלים והשוטפים של ויזל, הכתובים בשפת הנביאים המחודשת וכוללים דברי השתפכות שיש בהם מן ההגיון ומרוח ההומניות ועם זה אינם גבוהים ועמוקים הרבה מהשגת קוראיהם – הם הם שהיו כטל ללבות יבשים של חובשי-בית-המדרש, מאלה ש'הציצו ונפגעו', לעורר בהם געגועים סתומים על איזו 'השכלה בת השמים', שלא ידעו מה היא ושבעיקר נגלתה להם בדמות סלסול 'השפה השרידה היחידה', שפת כתבי-הקדש בטהרתה, וצרוף הדת מאמונה תפלה. מצד זה הייתה השפעתו הספרותית של ויזל המשורר באמת מרובה מאוד גם בדורו ובארצו וגם על המשכילים הראשונים בדור הבא אחריו, בגליציה וברוסיא, מקום אֵחרה ההשכלה לבוא.

צווישן די חוקרים אויף העברעאישע ליטעראטור הערשט אויך חילוקי דעות אויף די שאלה ווער און ווען האט זיך די ערשטע אנגעהויבן דער תקופה, פון דאס באנייאונג אויף העברעאישע דקדוק, און ליטעראטור. א טייל זעהן אין רבי משה חיים לוצאטו'ס ווערק דער אנהויב פונקט, בשעת א אנדערע טייל זעהן דאס אין משה מענדלזאן; כאטש מענדלזאנ'ס רוב ווערק זענען געווען אין דויטש, און זיינע העברעאישע ווערק האבן נישט געצויגן נאך זיך שפעטער, א גרויסע לעגעסי. דאקעגן מיט נפתלי הערצ'ן זענען אלע מודה אז זיין שירי תפארת האט אסאך משפיע געווען אויף העברעאישע ליטעראטור יארן נאך זיין טויט. אזעלכע וווי קלוזנר און קורצווייל האבן באשטימט אז נפתלי הערץ איז דער וואס האט מיט זיין חיבור "דברי שלום ואמת", געעפנט א פרישע תקופה פון דאס העברעאישע שפראך באנייאונג.


סוף פון טעקסט. --פוילישער 08:14, 20 אויגוסט 2013 (UTC)[ענטפֿער]