רעדן:מאקדאנעלדס

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

וואס באדערט דעם ניק פוילישער דעם רידיירעקט?[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דאס איז דאך נישט קיין ארטיקל באזונדער עס פירט דאך צום ארטיקל. חסידישע אידן און סתם זייער אסאך חברה נוצען אויף ענגלישע ווערטער און הבהרה'ס ד.ה. ווען מען זאגט דאס אויף ענגליש אז עס זאל זיך הערן ארגינעל אויף אן אוי O או. מעקדאולענדס איז נאך נישט כשר אין אמעריקע דערווייל איז דאס באנוצט בלויז אלץ ענגלישער באגריף וואס מען נוצט דאס צו שרייבן ווי עס הערט זיך אין ענגליש. דער ניק פוילישער האלט אין איין מעקן דעם רידיירעקט אן זיך דורכרעדן. דאס לעצטע מאל האט ער בלויז געשריבן אין קורץ ווארט אויסגעטראכט ענטפער איך אים אז גאנץ אידיש און אלע שפראכן פונעם דעם מענטשהייט איז נישט מסיני עס איז אלעס סתם אויסגעטראכט אויב גוגל צייגט אז מען נוצט דאס ווארט דאן איז דאס נישט סתם אויסגעטראכט, דעריבער וויבאלד טייל אידיש רערדער נוצען דאס צו זוכן דאס און א באנוצער שרייט אז אזוי שרייבט מען עס פארוואס מוז פוילישער נוצען זיינע סיסאפ טולס זיך צו רייסן קעגן פאליסי בשעת ווען יענער האט נישט די טולס?! עס איז נישט יושר איך בעט נאכאמאל מיט שיינעם הרף מעק נישט איידער דו רעדסט דיך דורך. א דאנק--Chaim Shel 14:32, 28 אויגוסט 2009 (UTC)[ענטפֿער]

אזוי ווי דו ביסט דער איינציגסטער וואס שרייבט אזוי איז דאס אויסגעטראכט. אויף יידיש איז א "ו" א מלאפום. --פוילישער 14:55, 28 אויגוסט 2009 (UTC)[ענטפֿער]
איך בין נישט דער איינציגסטער. ביטע נישט אטאקירן מיט שקר. איך האב דיר געבעטן זעה גוגעל אז אלע חסידים טוען דאס. א מלאפום איז דאס ביי אידישע ווערטער און באגריפן אבער ווען מ'שרייבט אן ענגלישן באגריף און ווארט וויל מען דאס דאן אנצייגן פארן ליינער אז דאס איז אן ענגלישער או און מען זאל דאס ליינען מיטן ענגלישן הבהרה. איך האב דיר שוין דערקלערט אז מעקדאונעלדס איז אן ענגלישער באגריף ביי רוב אידיש ממילא מוז דאס געשריבן ווערן ווי או און נישט סתם א. ווייל אונזער ארבייט דא איז נישט צו באשאפן א נייער שפראך נאר דאס דאקומענטירן וויאזוי רוב אידיש רעדער שרייבן דאס אפילו עס איז א טועת גמור. א דאנק--Chaim Shel 15:32, 28 אויגוסט 2009 (UTC)[ענטפֿער]

דער ארגינעלער קעפל איז געווען אויף אידיש נישט אויף יידיש[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מיר האבן א פאליסי וואס הייסט וויקיפעדיע:אידיש אדער יידיש דארטן לויטעט דער פאליסי אז מיר טוישן נישט איינער דעם אנדערן'ס קעפלעך אן זיך דורכרעדן פארוואס עס איז בעסער איין וועג ווי דער אנדערער דער פאקט איז חסידים שרייבן מעקדאונעלדס און די אידישיסטישן שרייבן מאקדאנעלדס. איז נישט קיין גרויסער אינטערשייד זעה איך נישט פארוואס דער ניק פוילישער האט שוין ווייטער באוואוגען אן זיך דורכרעדן איך בעט אים דאס לאזן אזוי ביז ער ענטפערט א דאנק--Chaim Shel 15:29, 28 אויגוסט 2009 (UTC)[ענטפֿער]

דארט דארף צו זיין אַ אַרטיקל אויף אים. לאג רעיל (רעדן) 09:38, 25 אָקטאָבער 2014 (UTC)[ענטפֿער]