רעדן:חסידות

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע
גוטע ארטיקלען חסידות ווערט פאררעכנט אלס א גוטער ארטיקל; עס שטימט מיט געוויסע קוואליטעט כללים. אויב קענט איר דאס פארברייטערן אדער פארבעסערן ווערט איר געבעטן דאס צו טאן!

אויב האלט איר אז עס טרעפט נישט די כללים פון קוואליטעט קענט איר אנטראגן מען זאל דאס אראפנעמען אדער איבערקוקן.


פארברייטערט און קלאר געמאכט עטליכע ענינים. ארויסגעברענגט די יסודות ווי עס ווערט געברענגט אין ספרי החסידות.

ווי ווייט איך ווייס איז רעדן אידיש נישט פון די יסודות החסידות. חסידים און רבי'ס אין רוסלאנד האבן אפט גערעדט רוסיש. און היינט זענען דא פיל חסידים וואס לייגן נישט קיין דגוש אויף אידיש, ווי צ.ב.ש. גער, קארלין, לובאוויטש, וכו'.

גלייכער איז צו זאגן אז דאס איז מער דער דרך פון חתם סופר זי"ע.

--קאצקער 10:01, 12 מאַרץ 2006 (UTC)

שרייבן אידיש נישט לשון קודש[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אזוי ווי מ'פרובירט מסביר צו זיין חסידות פאר אידישן אודיענס בעט מען זייער שטארק די שרייבער זיך אנשטרענגן און נישט זיך באנוצן מיט לשון קודש אדער העברעאיש, ווי למשל, א ווארט וואס איך אסאך דא, וואס איז דאס פנימיות הלב? = איך האב דאס איבערגעטיישט צו "לויטערקייט פון הארץ". איז די טראנסלאציע אמת? --יואל 12:16, 12 מאַרץ 2006 (UTC)

פנימיות הלב איז זיכער נישט פרייד, און נישט לויטערקייט פון הארץ (איר מיינט זיכער טהרת הלב), און אינעווייניגסטע פון הארץ גיבט עפעס נישט ריכטיג איבער דעם מיינונג.

די שאלה איז פאר וועמען מ'פראבירט דא צו מאכן מער אידיש. ביכער פון אלטע אידישיסטן, ווי שלום עליכם, אייזיק באשעביס זינגער, וכו' זענען פיל מיט לשון קודש ווערטער. אויב דאס גיבט דאס בעסטע איבער דעם געוואונטשענעם מיינונג, און רוב אידיש רעדער פארשטייען דעם טערמין, האלט איך אז מען זאל עס ניצן.

אפשר ברויך זיין א ברייטערע שמועס איבער דעם. איך וועל ווארטן אויף קאמענטארן פאר'ן ענדערן.

--קאצקער 18:16, 12 מאַרץ 2006 (UTC)

איך וואלט אייך זייער געוואלט בעטן ווען איר רעדט אין נאמען פון א רוב, שטעלט אייך ארויס דערפון, איך האב געלערנט אין א חסידישן חדר אין וויליאמסבורג אויך אין א ישיבה, מיין משפחה איז חסידיש, קיינמאל האב איך נישט געהערט אז פנימיות הלב איז אונזער יסוד. ממילא פארשטיי איך נישט וואס איר רעדט, ביטע ביי אזאלכע יסודותדיגע ענינים נישט ערקלערן אז רוב פארשטייען סיי ווי סיי וואס דו מיינסט, זאג אידיש וואס מיינט דאס?--קרעכמער 18:20, 12 מאַרץ 2006 (UTC)

NPOV לגבי היינטיגע רבי'ס[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

יואל, "אויסהערן רעביס טראץ זייער גראבע עם הארצות און נישט ערליכקייט," איז הויל געשפעטעכץ. --קאצקער 18:28, 12 מאַרץ 2006 (UTC)

פארוואס? יעדער רעבי איז אטאמאטיק3 ערליך? עס זענען דא הונדערטע קרימינאלן און סעקס אפענדערס וואס גייען בעקיטשע און פירן טישן מיט שפרינגעדיגע פארענטשעס, איך וויל זיי נישט שרייבן דא, ווייל זיי האבן חסידים וואס לייקענען עס אבער עס איז געווען א משפט און א אנגענומענע זאך ביי טויזענטע מענשטן--קרעכמער 18:33, 12 מאַרץ 2006 (UTC)

קרעכמער, וואס דו זאגסט קען זיין אמת, אבער די שאלה איז אויב זענען דא וואס האלטן אז מען דארף זיי אויסהערן טראץ זייער פארגרעבטקייט. אדרבה, דו זאגסט אליין אז זייערע חסידים לייקענען עס.

אויב איז אבער דא קראנטע באריכטן, האלט איך דו זאלסט עס יא שרייבן, און דוקא אויף א נייטראלן אופן. --קאצקער 18:47, 12 מאַרץ 2006 (UTC)

לא זכיתי להבין, דאס איז א פאקט אז געוויסע רעביס זענען געמיינע אינגן, דאס איז א פאקט אז זיי האבן חסידים וואס האלטן דאס פאר העכערע זאכן. און זיי טייטשען אין דעם אריין דעם באגריף פון אמונת צדיקים וואס איז דורך זיי געירשנט פון בעש"ט, איז אלזא וואס פונקליך איז דא אומנייטראל געשריבן?--קרעכמער 18:56, 12 מאַרץ 2006 (UTC)

עס איז נישט קיין "פאקט" אז זיי זענען געמיינע אינגן ווייל זייערע חסידים האלטן אז נישט. בכלל איז דאס נישט קיין נושא ווילאנג מען קען נישט רעדן ווער און וואס. --קאצקער 19:01, 12 מאַרץ 2006 (UTC)

אז דריי אדער צוואנציג חסידים שוטים האלטן אים פאר א העכער מלאך וואס מעג זינדיגן איז נאך נישט אויס פאקט אז ער איז א געמיינקייט.--משה 19:02, 12 מאַרץ 2006 (UTC)

איך וויל דיר געבן דוגמאות, אבער איך קען נישט ווייל נאכדעם וועל איך מיך אויסטרייקן פון זיין אומנאטרייליש, אבער טאמער דו טראכסט גוט וועסטו טרעפן גענוג רעביס וואס האבן געהייסן שלאגן אידן, גערעדט מיט חוצפא קעגן עלעטערע אידן וואס קענען זיין זייערע עלעטר זיידעס און זענען פיל מער הייליג ון מער תלמוד חכם ווי זיי, און אזוי ווייטער, האבן אלע געמיינע נאטורן, זיי האבן טאקע אפשר תשובה געטאן, און דו וועסט באזוכן זייערע קהילות וועלן זיי זיך שווערן ביים בארד אז זייערע רעביס פליען אין הימל, טראץ דעם וואס זיי וועלן אייך נישט פארלייקענען אז זיי זענען באגאנגען געוויסע זאכן וואס איז פראסט געמיין און גרויליק אפילו פאר נידעריגסטען האומלעס מאן. --Hebrew 19:09, 12 מאַרץ 2006 (UTC)

דאס קומט נישט אין אן אלגעמיינע ארטיקל אויף חסידות. קען איינער טענה'ן אז דאס איז כאראקטעריסטיש פאר היינטיגע חסידים? --קאצקער 19:17, 12 מאַרץ 2006 (UTC)

יא רוב רעביס פון היינטיגע חסידים האבן שוין פארגאסן יידיש בלוט, און געטאן עוולות וואס אין די נארמאלע וועלט וואלט מען זיי אימפּיטשט, רעדן פּראסט און העצעריש קעגן עלטערע אידן, איז א פאליטישער אנזעץ פאר יעדן דעמאקראטיש ערוויילטן אמט, און די רעביס ביי אונז געוועלטיגן ווייטער מיט א יד החזקה אלעס צוליב בלינדע אמונות צדיקים וואס זיי האבן געירשנט פון בעש"ט, לויט זיי, --Hebrew 19:21, 12 מאַרץ 2006 (UTC)

ברענג ראיות, געדרוקטע מקורות, און לאז איבער אינדערהיים די פארטייאישקייט, אדער לאז אפ דעם ענין. איך האב נישט מער ליב די רבי'ס ווי דיר. אבער נייטראליש איז נייטראליש. עס זענען דא אסאך וואס וועלן זיך מיט מיר און דיר דינגען. --קאצקער 19:27, 12 מאַרץ 2006 (UTC)

איך האב דיר געזאגט איך וויל נישט ברענגן א ראי' אז אהרן טייטלבוים האט געזאגט אויף קאשוי רב עפריה לפומיה, אדער ר' מאטעלע וויזניצער האט געזאגט אויף ר' משה טייטלבוים אז ער איז א מאכיל נבילות וטריפות פאר אידן, אדער ר' משה טייטלבוים האט געזאגט אויף ר' אברהם לייטנער אז ער איז א פגום ווייל זיין מאמע איז געגאנגען אנגעטון האלב נאקעט, אדער אז ר' מעכל לעבאוויטש פלעגט באזוכען פרויען זונות אדער אז ר' שלמה קארבילבאך פלעגט אנרורן מיידלך ביז ער איז געקומען לסיפיקו... א.א.וו. איך קען דאס נישט שרייבן ווייל ביי מיר זענען זיי ווייטער רעביס וואס מיר מוזן גלייבן אין זייער ערליכקייט, און איך וועל פאר קיין געלט נישט פרעגן קיין שאלות אין מיין אמונת צדיקים. אבער איין זאך אויב וואלטן זיי געווען אין עני פאליטישער אמט וואלן זיי געפלויגן מיט פעטש און נישט געפירט קיין טישן. זייער זכות קיום איז אז זיי זענען רויאל פאמיליעס וואס רופן זיך בנש"קלעך און זייערע סטאנדארטן זענען נידעריגער ווי מיינע. --Hebrew 19:33, 12 מאַרץ 2006 (UTC)

ס'פעילט אסאך אין תוכן[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • 1) נישט אלע ריכטיגע ספרי יסוד זענען דא אויסגערעכגט,
  • 2) די תוכן וואס חסידות איז שטייט זייער פארנעפעלט נישט קלאר
  • 3) חת"ם סופר איז נישט א חלק פון חסידות אז ס'דארף ווערן באשריבען פון אנפאנג אין מיט אזא לעגיטימאציע
  • 4) די היסטאריע איז זייער ארים
  • 5) בקיצור איינער וואס זעיט דעים ארטיקעל ווערט נאר מער צומישט און כאפט נישט וואס חסידות איז און וואס דאס האט געברענגט פאר'ן וועלט,

אזוי האלט איך

--נחום ראזענבערג 08:50, 14 דיסעמבער 2006 (UTC)