רעדן:התאחדות הרבנים

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

לפי ידיעתי איז התאחדות זייער שטרענג אין האלטן די רעכטן אויף די לאגא, און זיי לאזן דאס נישט ארויסגעבן פאר קיינעם, און זיכער נישט פאבליצירן. דעריבער האלט איך אז דער בילד דארף אויסגעמעקט ווערן.--אלזוז 22:56, 6 נאוועמבער 2006 (UTC)

דאס איז סתם א סימבאל פאר די ליינער זאלן וויסן וועלכע השגחה איז וואס. מען טרעפט דאס אין אלע טעלעפאון ביכער. און דירעקטעריס. לטובת הציבור--71.247.129.106 03:01, 7 נאוועמבער 2006 (UTC)

ווער פון די איינגעשריבענע מיטגלידערס קען באשטעטיגן די פאלגנדע טייל פון דער ארטיקל?[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פאלגנד איז וואס ס'קומט זיך לויט ווי "איך" האב געהערט. ווער ס'ווייסט אנדערש קען מיך פאררעכטן.

די היימישע טשאקאלאד קאמפאניס דינגען אפ מאשינען פון גרויסע גויאישע קאמפאניס צו מאכן זייערע טשאקאלאדס. דער פראבלעם איז אבער אז מען קען נישט אויסוואשן די מאשינען מיט וואסער ווייל די מאשינען זענען זייער האקל, און דעריבער מוז מען אויסוואשן די מאשינען מיט טשאקאלאד, דהיינו, מען שיקט אריין אין די מאשינען א שטראם פון הייסע פליסיגע כשר'ע טשאקאלאד. די פראבלעם איז אבער אז די טשאקאלאד קומט נישט אן צו אלע ווינקלען, ווייל ס'איז א געדיכטע מאטעריאל און דעריבער בלייבן איבער טריפה'נע טשאקאלאד אנגעקלעבט אויף די ווענט פון די מאשינען.

באמת האט מען שוין פונלאנג דן געווען איבער די נושא, און התאחדות האט גע'טענה'ט אז ס'דארף נישט זיין קיין שום פראבלעם, אבער יעצט איז מען אויפגעקומען אויף פרישע פּרוף אז ס'בלייבט איבער טריפה'נע טשאקאלאד אין די מאשינען, ווייל מען האט געטראפן מילך אפפאל פון טריפה'נע טשאקאלאד אין כשר'ע פארווע טשאקאלאד, וואס חוץ פון דעם אז ס'איז א כשרות פראבלעם איז עס אויך א שטארקער געזונטהייט פראבלעם, פאר מענטשן וואס זענען אלערדזשיגט צו מילך.

מען האט פרובירט צו איבערצייגן התאחדות אז זיי זאלן נישט געבן קיין השגחה אויף אזעלכע טשאקאלאד, אבער דערווייל עקשנ'ען זיי זיך געפערליך און ווילן נישט אראפנעמען זייער השגחה.

קוקט אויס אז קדם צאלט צופיל געלט פאר איצא אז ס'זאל זיך לוינען צו צושלאגן מיט אזא קאמפאני.




איך מיין, אז ווען התאחדות זאל נאר האבען דעם פראבלעם וואלט איך אויסגעטרינקען זייער נעגל וואסער, און איך וואלט געניצט זייער שווייס צו באקען מצות (אנטשולדיגט ס'איז נאר צום פארשטיין געבן)--נחום ראזענבערג 11:57, 13 דיסעמבער 2006 (UTC))

די פראבלעם מיט די שאקאלאד איז נאר ביי די שווייצער שאקאלאד וואס זענען בכלל נישט אינטער התאחדות. -- די באמערקונג איז געשריבן פון באניצער Hazorek וואס האט פארגעסן אונטערשרייבן.

איים סארי--Hazorek 01:13, 3 דעצעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]