רעדן:בני יואל

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

וואס איז דא פראבלעמאטיש?[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איך זעה רוני זאגט אז דא איז דא דעטאלן מעגליך פאלטש איך האב דאס איבערגעקוקט און איך זעה אז אלעס איז אמת. אויב ער וועט נישט לייגן וואס ער האלט איז פאלטש וועט מען אראפנעמען די מוסטער איבערקוקן נאך א וואך פון ווען ער האט דאס ארויפגעשטעלט.--יודל 18:40, 24 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]

די פראגע דא איז נישט נאר צי עס איז פאלש, נאר אויך צי איז עס געשריבן געהעריק. על פניו זעט עס אויס געשריבן זייער שלעכט, ווי למשל דאס "זיי רעדן טאג-און-נאכט פון צוויי ענינים, אדער פון די גדלות פון אלטן סאטמארער רבי'ן, ר' יואל טייטלבוים ווי זיי רופן איהם "דער רבי" אפי' נאכן הסתלקות פון ברך משה, אדער רעדן זיי טאג-און-נאכט פון די גנאי פון היינטיגן סאטמארע רבי ר' אהרן טייטלבוים, ווי זיי רופן איהם מיט שפאס און ביטול "אהרן". זייער הויפט שלעגער איז יוסף וואלדמאן. דער ברך משה האט געהייסן מ'זאל שרייען אויף זיי "שייגעץ ארויס". " ►רוני◄ 18:42, 24 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
נו אדרבה מען געבט דיר א וואך צו פארעכטן וואס אין דיינע אויגן איז נישט נייטראל. א שכוח פארן מערקן און אויפאדערן צו פארעכטן--יודל 18:47, 24 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]

וואלן צו אויסמעקן דעם ארטיקל[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ארטיקל וואלן

  1. איך בין מסכים ►רוני◄ 20:35, 2 אױגוסט 2007 (UTC)
  2. איך בין מסכים אלס פאקט איז דאס א גרויסע קהלה, זיי פארדינען אן ארטיקל, איך האף אז א נייטראלער מענטש זאל דאס טון. --משגיח 21:16, 2 אױגוסט 2007 (UTC)
  3. איך בין דערקעגן זיי זענען נאך עני טיים אזוי חשוב ווי די ארונים. אויב שמעקט דאס נישט פאר איינעם האב איך מיטלייד אבער וויקיפעדיע איז קיינעםס פארטיי פראפעגאנדע סייט. דא מעקט מען נישט ארטיקלן פון די אנדערע פארטייען.--יודל 00:12, 3 אױגוסט 2007 (UTC)
  4. איך בין דערקעגן, דאס איז א קהלה אין קרית יואל וואס פארלאנגט באשרייבונג, איך בין אבער מסכים אז עס מוז ווערן איבערגעארבייט, און אין די איצטיגע ווערסיע קען דאס געמעקט ווערן.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 05:34, 3 אױגוסט 2007 (UTC)

זייער גוט משגיח וואס דו האסט משנה געווען אביסל פרטים, אבער איך מיין אז דערווייל איז דאס געשריבן זייער שלעכט און נישט ענציקלאפעדיש. אויסגעמישט מיט פאליטיק און מחלוקת זייער אגרעסיוויש און אומבאטאמט. איך בין זיכער אז ס'פאסט צו שרייבן אן ארטיקל אויף בני יואל, אבער פריער זאל מען אויסמעקן די איצטיקע ארטיקל, און אנהייבן פון דאס ניי. ►רוני◄ 21:20, 2 אױגוסט 2007 (UTC)

שמאלץ האט געזאגט קלאר מען זאל מעקן די איצטיקע ווערסיע. ►רוני◄ 11:50, 3 אױגוסט 2007 (UTC)
איך האב אפעגעמעקט די נעגעטיווע זאכן פון שמאלץ'ס ווערסיע. דער ווערסיע איז פיל בעסער.--יודל 12:41, 3 אױגוסט 2007 (UTC)
איך האב דערווייל ניט אויסגעמעקט אדער באשיצט דעם ארטיקל. ►רוני◄ 12:20, 3 אױגוסט 2007 (UTC)
באשיצן? ווער האט דיך געבעטן דאס צו טאן? אויסמעקן טארסטו נישט פאר דריי טאג וואס די וואלן וועלן אנגיין, ערשט דעמאלטס מעגסטו מאכן דעם באשלוס.--יודל 12:34, 3 אױגוסט 2007 (UTC)
איך מיין אז די איצטיגע ווערסיע איז איינס וואס הגם עס פארלאנגט נאך אביסל איבערשרייבן - וואס איך וועל זיך משתדל זיין צו טאן ביז מאנטאג - איז אבער אזוינס וואס לויט מיין מיינונג קען שוין בלייבן. אדער כאטש זאל מען געבן א וואך צו פעררעכטן די נישט גוטע טיילן.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 17:21, 3 אױגוסט 2007 (UTC)


איך האב אויסגמעגט דאס, ווייל דאס איז נישט ריינע פאקטען, נאר אויסגעלופטערטע טענות, וואס באלאנגט ענדערש אין א שמוס בלאט, און אויך וועל דערויף ענטפערן--יודישער שרייבער (שיחה) 18:42, 30 אויגוסט 2012 (UTC)[ענטפֿער]

עס גלייבט זיך אבער שווער אז דאס איז די שטעלונג פון בני יואל, איינס, ווייל דער שטאט סאטמאר אין אייראפע איז געווען אינגאנצן א אנדערער מציאות ווי דער שטעטל קרית יואל. סאטמאר איז פון אסאך יארן בעפאר געווען א אלטע היסטארישע גרויסער אידישער שטאט, מיט כל מיני סארט אידן, דער רבי איז נישט געווען דער מייסד פון די שטאט, קיינעם האט קיינעם עולה על הדעת געווען אז דער רבי גייט דא זיין דער אויסשליסליכער בעה"ב אויף אזא געמישטע שטאט, אפי' דער רבי זעלבסט האט געהאט א אייגן חסידיש ביהמ"ד בנוסף צו די מער אשכנזישע שטאטישע שול, דער מרא דאתרא פאזיציע איז געווען אזא סארט ווי למשל דער אנטווערפענער שטאטס רב אדער לאנדענער שטאטס רב. ווידער קרית יואל האט דאך דער רבי זעלבסט מייסד געווען די שטעטל בארץ לא זרועה ער האט אנגעהויבן א נייע קהלה ווי עס איז געווען גארנישט, על דעם דעם אז ער מיט זיין קהלה זאל ע"פ תורה זיין דער פולקאמער און אויסשליסליכער בעה"ב, ממילא איז קרית יואל מער דומה צו די קלענערע שטעטליך אינדערהיים ווי עס איז בלויז געווען איין קהלה איין רב איין דיין איין שוחט, אזא גאטונג ווי ארשעווע אדער קראלי. צווייטענס, אפי' אין סאטמאר זענען די אנדערע קהלות נישט געווען קיין אפענע אפאזיציע פון דעם מרא דאתרא, זיי האבן זיך פארט משכנע געווען צים מרא דאתרא, זיי האבן נאר געוואלט האבן א בית המדרש צו ישיבה לויט זייער מסורה אין געשמאק, אזא גאטונג ווי ס'דא פארשידענע קהלות אין לאנדאן אדער אנטווערפן, משא"כ בני יואל איז נוסד על דעת זה זיך צו פורק עול זיין פון די מרא דאתרא, נישט צו האבן קיין שום שעובד צו איהם, ווי זיי האלטן עס אין איין זאגן, ממילא בכגון דא, איז דאך זיכער אז דאס איז בניגוד וואס דער מייסד דער רבי'ס מטרה איז געווען, ווייל אויב ס'הותרה הרצועה קען מען דאך שוין צוריקגיין קיין ברוקלין.

==ענטפער ==

קודם כל, די שרייבסט "עס גלייבט זיך שווער", דאס איז נישט קיין גלויבן, דאס איז פאקטן און מציאות, קוק אריין אין די בריוו און די טענות וואס די חברי בני יואל האבן געשרבין בשעתו בשעת זיין האבן זיך געגרינדט, זיי האבן געשריבן בראשורן, בריוו צו די דיינים [ר' ישראל חיים מנשה, ר' געציל, און ר' משה מנחם טירנויער און נאך] וועסטו זעהן. דאס וואס די שרייבסט אז עס איז קיינעם עולה געווען על הדעת אז דער רבי גייט זיין דער אוסשליסליכער בעה"ב אין סאטמאר איז נישט ריכטיג, ווייל דער רבי איז טאקע יא געווען דער אויסשליסליכער בית הבית אין שטאט סאטאמר, נאר עס האט איהם נישט געבאדערט אז עס עסקזיסטירט נאך א אנדערע קהילה אין סאטמאר. און דערפאר טאקע האט ער געהאט א אייגן חסידיש ביהמ"ד וואס איז געווען אנדערש ווי די גאנצע שטאט.

די שרייבסט, "קרית יואל מער דומה צו די קלענערע שטעטליך אינדערהיים ווי עס איז בלויז געווען איין קהלה איין רב איין דיין איין שוחט, אזא גאטונג ווי ארשעווע אדער קראלי" דאס איז נארישקייטן דאס קען מען טועהן אין א קהילה וואו עס איז דא פופציג הונדערט, צוויי אדער דריי הונדערט משפחות, אבער נישט קרית יואל ווי עס איז דא דריי אבער פיהר "טויזענט" משפחות, די קענסט נישט צווינגען טויזענטער משפחות זאלן זיין "חסידים" פון א רבי, נאר אויב זיין ""ווילן", דעריבער איז קרית יואל יא דומה צו סאטמאר, פעסט, מונקאטס, ווארשא, און נאך גרויסע שטעט אין דער אלטע היים,

דאס וואס די שרייבסט אז בני יואל איז נוסד על דעת זה זיך צו פורק עול זיין פון די מרא דאתרא, נישט צו האבן קיין שום שעובד צו איהם, ווי זיי האלטן עס אין איין זאגן" איז אויך נישט אמת, ווייל בני יואל האט געהאט ביים אנפאנג בלויז צוויי צילן" 1) נישט צו דאווענען אין גרויסן שוהל, וואו רבי אהרן איז רב [אזוי ווי אין יעדע אידישע קהלה איז דא עטליכע בתי מדרשים נישט "איין גרויסע" שוהל וואו אלעס ווערט קאנטערלירט], 2) נישט שיקן זייערע קינדער אונטער די ת"ת פון ר' אהרן [נישט ווייל מען האט געוואלט זיין מחוצפים צו ר' אהרן, נאר ווייל מען האט נישט געוואלט אז ר' אהרן מיט זיינע חסידים זאלן מאכן פון זייער קינדער "סאטמארע חסידים פונעם ברך משה" זיי ווילן נישט זיין קיין חסידים פונעם ברך משה און פון ר' אהרן, פלען און פשוט], נישט מער.

זיין כוונה איז נישט געווען צו זיין קיין מחוצפים און פורק עול זיין פונעם מרא דאתרא, פארקערט גאר זיי זענען גרייט געווען אלעס צו פאלגן, נאר מען זאל זיין לאזן דאווענען ווי זיי ווילן, און מען זאל זיי לאזן שיקרן די קינדער אין זייער חדר, זיין האבן געשריבן קלאהרע בריוו פאר יעדן, מיט וועלן פאלגן אלעס, נאר מיר ווילן נישט זיין קיין "חסידים" פון ר' אהרן ט"ב, וואס דאס איז מותר עפ"י תורה און עס איז א נארמאלע זאך אז אז מענטש איז זיך נישט מחויב צו לאזן צווינגען א חסיד זיין פון א רבי וואס ער גלייכט נישט, אבער וויבאלד דער ברך משה און זיין קינד האבן נישט מסכים געווען נאר געפייניגט די חברי בני יואל, איז ארויס געקומען א די גאנצע שטעטעל האט זיך צוטיילט אויף צוויי אדער אויף דריי, עס איז דער שולד פון ר' אהרן, ער האט צוטיילט קרית יואל, און אדאנק זיין עקשנות און אומבויגזאם קייט האט זיך אויך צוטיילט גאנץ סאטמאר, נו וואס האט ער דערפון, נוצר תאנה יאכל פריה--יודישער שרייבער (שיחה) 18:37, 30 אויגוסט 2012 (UTC)[ענטפֿער]