רמח"ל

פֿון װיקיפּעדיע
רמח"ל
רבי משה חיים לוצאטו
געבורט 1707
ה'תס"ז רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 6 מאי 1746 (אלט 39 בערך)
כ"ו אייר ה'תק"ו
עכו, אטאמאנישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
דער ציון פונעם רמח"ל אין טבריה

רבי משה חיים לוצאטו (ה'תס"ז - כ"ו אייר ה'תק"ו, 1707 - 1746), אדער ווי ער איז באקאנט, דער רמח"ל, איז געווען א מקובל, א פילאסאף און רב פון איטאליע. זיין מערסטע באקאנטע ספר איז מסילת ישרים.

זיין לעבן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

געבוירן געווארן אין פאדווע, איטאליע, אין יאר ה'תס"ז צו זיין פאטער ר׳ יעקב, וואס איז געווען א סוחר אין תלמיד חכם. ער האט אים מחנך געווען מיט א פרומער יידישער ערציאונג.

ער איז געווען א תלמיד פון רבי ישעיהו באסאן און רבי יצחק חיים כהן, פון די גרויסע רבנים אין איטאליע, פון די יוגנט אן איז געשטיגן זייער גרויס, ער האט געקענט ש"ס פון אויסעווייניג ביי די 14 יאר (אזוי האט זיין רבי עדות געזאגט אויף אים). ווי אויך האט ער געלערנט פראנצויזיש, גריכיש, איטאליעניש און לאטייניש. ביי די 17 יאר האט ער ארויסגעגעבן דאס ספר מעשה שמשון, און לשון לימודים, ביי די 20 האט ער ארויסגעגעבן מגדל עוז לכבוד דער חתונה פון זיין רבי'נס זון.

ער האט זיך צוזאמענגענועמן א חבורה בראש פון זיין חשובן תלמיד רמ"ד וואלי, און האבן עוסק געווען אין טיפע קבלה ענינים,

ראש חודש סיון ה'תפ"ז האט זיך צו אים באוויזן א מגיד. ווי ער שרייבט: "נרדמתי ובהקיצי שמעתי קול אומר: לגלאה נחיתא רזין טמירין דמלכא קדישה (איך בין אראפגעקומען אויפצודעקן גרויסע סודות פון דעם הייליגן מלך)... ואני לא רואה אותו אלא שומע קולו מדבר מתוך פי"

צוליב זיין גילוי פון די מגיד - וואס האט פון דאן און ווייטער אנגעהאלטן אפטער - האבן זיך צוזאמען גענומען אסאך תלמידים צו אים. זיין תלמיד יקותיאל בן לייב איז געקומען קיין פאדווע פון ווילנע צו שטודירן מעדיצין אבער ווען ער האט געהערט וועגן רבי משה חיים האט ער איבערגעלאזט מעדיצין כדי צו לערנען אונטער אים. וועגן דעם גדלות פון זיין נייען רבי׳ן האט ער געשריבן צו רבי יהושע העשיל פון ווילנע און רב מרדכי יפה שלעזינגער פון ווין.

רבי משה חיים איז געווען דער בעל תפילה ימים נוראים אין דער אשכנזים שול אין פאדווע.‏[1]

די מלחמה איבער זיין קבלה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דאס וואס ער איז געווארן באקאנט האט אים אויך אנגעמאכט א שטארקע קעגנערשאפט, זייענדיג נאך אונטער דעם איינפלוס פון די שבתאים.

רבי משה חגיז האט אנגעפירט מיט א שטארקער מלחמה קעגן אים, ער האט באוויזן צו איבערצייגן די רבנים פון ווענעדיג און זיי האבן איבערצייגט זיין רבי ר' ישיעהו באסאן אז ער זאל זיך נישט אזוי שטארק אננעמען פאר דעם רמח"ל. ער האט דערפאר זיך פארגענומען נישט צו לערנען קבלה מער.

ביי די 24 (אדער 26) יאר האט ער חתונה געהאט מיט א טאכטער פון הרב דוד פינזי, רב פון מאנטוע, און ער האט זיך באשעפטיגט מיט שלייפן דיאמאנטן. ער האט דאן פארפאסט א חיבור מיט 150 שירים אזוי ווי ספר תהלים, דאס האט אויך געבערנגט קריטיק כאילו ער וויל דא איבערנעמען ספר תהלים.

זיין לעבן אין אמסטערדאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין יאר 1735 האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין אמסטערדאם, דארט האט ער געשריבן זיין באקאנטסטע ספר מסילת ישרים.

אין ארץ ישראל[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין יאר 1743 האט ער זיך געצויגן קיין ארץ ישראל, ווי ער האט זיך באזעצט אין עכו, וואו ער איז דריי יאר שפעטער אומגעקומען מיט זיין גאנצער משפחה אין א מגפה.

שפעטערדיגע יארן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער ווילנער גאון האט אויף אים געזאגט אז ווען ער וואלט געלעבט אין זיינע צייטן וואלט ער געגאנגען צופיס כדי צו לערנען פון אים.

ער האט מחבר געווען אהנע א שיעור ספרים אין ענינים פון קבלה, אבער אויך אין אלע וועלטליכע חכמות.

עס האט ספרים אויף די חכמה פון רעכענען, אויף די חכמה פון הנדסה, אויף די חכמה פון טראכטן, און וויאזוי זיך קאנצטענטרירן די מחשבה, זיין לשון און שפראך איז קורץ שארף און זייער לערנבאר, עס איז ענדליך ווי די משנה פון רבינו הק', און ווי דער רמב"ם אין משנה תורה.

זיינע באקאנטע ספרים אויף קבלה איז קל"ח פתחי חכמה, חכמה ודעת, ער האט א ספר וואס הייסט "אילן" דאס איז א קיצור פון אלע קבלה ענינים מסודר לויט פרקים און משנה ממש אזוי משניות. עס איז וואונדערליך וויאזוי דאס איז געשריבן, אויך האט ער א געמאכט א ספר תקט"ו תפלות וואס איז מבאר טיעפע ענינים אויף קבלה פון יחוד ה', אויך האט ער געמאכט א ספר וואס הייסט "לעיני בית ישראל" די לעצטע ווערטער פון די תורה, דאס האט זיבעציג פשטים, און איז געשריבן אויף ארמית ווי א מלאך און א מגיד רעדט צו איהם, עס זעהט אויס זייער ענדליך צום ספר תיקוני זוהר וואס האט זיבעציג פשטים אויף די ערשטע ווארט פון די תורה "בראשית".

עס איז באשריבן באריכות אין די ספרים "ירים משה" וואס א איד פנחס דוד וועבערמאן פון תולדות אהרן האט ארויסגעגעבן. און אויך א ספר כתב"י רמח"ל, וואס דער באקאנטער חוקר מאיר בניהו האט ארויסגעגעבן.

כאטש רוב פון זיינע כתבים זענען נישט נתגלה געווארן אין זיינער צייט נאר אסאך שפעטער. דאך אסאך חסידישע רביים האלטן זייער פונעם רמח"ל און זיינע ספרים, למשל דער חוקר ומקובל האט א הסמכה פון רב ייב"א, עס ווערט געברעגנט אין ישמח משה. אויך רבי חיים מצאנז דער בעל דברי חיים איז זייער געבויט אויף די ספרים און ברענגט פון זיי.

פון די אנדערע זייט אז דער רבי פון קאמארנא ר' יצחק אייזיק יחיאל דער בעל מחבר פון חומש היכל הברכה זייער שארף קעגן איהם, ער שרייבט קעגן איהם אין זיינע ספרים "נתיב מצותיך" ואל תהיה חוקר ומקובל וכו'.

דער גר"א מיט זיינע תלמידים זענען זייער שטארק פארן רמח"ל, עס ווערט פארציילט ווען דער גר"א האט באקומען די כתבים פון רמח"ל איז ער יענעם טאג געגאנגען מיט די קליידער פון שבת פאר גרויס שמחה.

דער רמח"ל האט גרויסע ביאורים אויף ענינים פון קבלה, ענדליך ווי עס געפינט זיך אין די ספרים פון חסידים, אבער וויבאלד פאר די ליטווישע קרייזן פעלט אסאך ביאורים האבן זיי זיך זייער צוגעכאפט צום רמח"לֹ, אין לעצטן דור האט מען געדרוקט א ערך פון צען נייע ספרים פון רמח"לֹ דורך די ליטשווישע קרייזן אין בני ברק.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. מחזור רמח״ל, ירושלים, תשנ״ה