ריישע
פֿון װיקיפּעדיע
| ריישע | |
|---|---|
| לאַנד | |
| געגנט | אונטער-קארפאטיע |
| בירגערמײַסטער | טאדיוש פערענץ |
| שטח | 97.6 קוואדראט ק"מ |
| באַפֿעלקערונג | 173,130 (אין 2008) |
ריישע (פויליש: Rzeszów, רוסיש: Ряшев, אוקראיניש: Ряшiв, לאטייניש: Resovia) איז די הויפטשטאט פון דער אונטערקארפאטישע וואויוואדעשאפט, פוילן, מיט א באפעלקערונג פון 173,130 (02.06.2009) [1]. ביזן ערשטן וועלט קריג איז זי געווען אין וועסט גאליציע. די שטאט געפינט זיך אויף ביידע זייטן פון דעם טייך ווייסיל. ריישע האט אן אינטערנאציאנאל לופטפעלד.
רבנים [באַאַרבעטן]
ריישע האט פארמאגט באקאנטע רבנים, פון די רבנים:
- רבי אהרן שמואל קיידאנאווער, דער ברכת הזבח שפעטער געווען רב אין פראנקפורט און אין אמסטערדאם.
- רבי יעקב ריישער דער שבות יעקב
- רבי ברוך תאומים-פרענקל דער ברוך טעם
- רבי צבי הירש אורנשטיין
- רבי יהושע העשיל וואלערשטיין דער כרם יהושע
- רבי נתן לעווין
- רבי אהרן לעווין
וועבלינק [באַאַרבעטן]
קאארדינאטן: 50°03′48″N 21°57′17″E / 50.0632, 21.9548
רעפערענצן [באַאַרבעטן]
- ↑ Population. Size and structure by territorial division. © 1995-2009 Central Statistical Office 00-925 Warsaw, Al. Niepodległości 208 (2009-06-02). דערגרייכט דעם 22-6-2009.