ריימאנד קארווער

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
ריימאנד קארווער

רײמאָנד קאַרװער (25סטן מיי, 1938 - 2טן אויגוסט, 1988) אן אמעריקאנער שרייבער פון קורצע דערציילונגען און א דיכטער.

לעבן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ריימאנד איז געווען אין די מערהייט פון זיין לעבן פארקויפט צו אלקאהאל וואס האט אים צעשטערט צו פעסטשטעלן זיין משפחה לעבן און געברענגט עקאנאמישע פראבלעמען, אבער אין יאר 1977 האט ער זיך אפגעוווֹינט און אויפגעהערט צו טרינקען אלקאהאלישע געטראנקען.

זיין ווערק[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ריימאנד איז גערעכנט ווי א קונצלער פון שרייבן קורצע דערציילונגען, און מיט קענען דערוועקן געפילן דורך קורצע ווערטער און אפטיילונגען. ער איז גערעכנט אלס א מינימאליסט־קינצלער. זיין ווערק איז זייער באווירקט פון דער שרייבער אנטאן פאוולאוויטש טשעכאוו.

אין זיינע ביכער און דיכטונגען באשרייבט ער דער טאג טעגליכער לעבן פון אמעריקאנישע פשוטע ארבעטער. די דערציילונגען זיינען געשריבן מיט אן היימישן געפיל, אזוי ווי ער וואלט גערעדט צו א נאנטער פריינד.

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]