רונדע ווערעם

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
Nematoda
Heterodera glycines, א פּאַטאָגען פון סויע
וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע
קעניגרייך: Animalia
(unranked): Ecdysozoa
שטאַם: Nematoda
Rudolphi, 1808
קלאַסן

רונדע ווערעם (Nematoda, נעמאַטאָדן) זענען אַ גרויסע גרופע פֿון ווערעמיקע בעלי חיים. זיי זענען אויסערסט איינאַרטיק און פּראָסט אויסגעבויט, אָבער זייער בויפּלאַן איז געוויזן זיך עקאָלאָגיש זייער אוניווערסאַל. עס זענען דאָ אַ 80000 זגאלן פֿון רונדע ווערעם, אָבער אַ פֿולע פֿאָרמען זענען ניט אָפּגעשריבן. פֿרייַ־לעבעדיקע זגאלן וווינען אין ימים ,זיסוואַסערן אָדער באָדן .אַ סך פֿאָרמען זענען אלא פּאַראַזיטן פֿון פֿלאַנצן, בעלי חיים (דאריבער מענטש) און אפֿילו אוניצעלולאַרע אָרגאַניזמען.

[באַאַרבעטן] מאָרפֿאָלאָגיע

די לענג פֿון קערפּער וואריִירט זייער ברייַט, פֿון 80 מיקראָן ביז 8,5 מעטער. דער קערפּער איז שטינדלאַרטיק, רונד אינעם קווערשניט. די סימעטריע איז צווייזייַטיק אינעם באַזיס, אָבער זי באַהעפֿט זיך מיט אַ צוויישטראַליקע. די סימעטריע פֿון קאָפטייל איז אלא דריישטראַליק. דאָזיקע ווערעם באַזיצן דעם גוט אַנטוויקעלטן הויט־מוסקליקן זאַק. דרויסן איז געדעקט דער קערפּער מיט עלאַסטישער ווייַסלשטאָפֿער קוטיקול ,וואָס איז אונטערגעבעטעט מיט דער היפּאָדערם (עפּיטעליום). ווייַטער אינעווייניק ליגן די אינדערלענגיקע מוסקלען. ס׳איז נישט קיין אַנדערע זגאַלן פֿון מוסקלען בייַ זיי. די אינגעווייד איז אַרומגערינגט מיט קדמון־חלל, דער חלל אָן אַן אייגנען צעלולאַרען אונטערשלאַק. אלא ס׳איז נישט קיין חלל בייַ קליינע ווערעם, ווייַל עקסטראַצעלולאַרער מאַטריקס פֿאַרפֿילט בייַ זיי די גאַנצע אונטער־אינגעוויידיקע שפּאַרונעס.

[באַאַרבעטן] לאָקאָמאָציע

Caenorhabditis elegans אין אַגאַר־אַגאַר

אַלע באַוועגן ווערן געמאַכט בייַ זיי נאָר מיט דער אינדערלענגיקער מוסקולאַטור. דער קערפּער אויסבייגט זיך אַרויף און אַרונטער און די רעזיסטענץ פֿונעם קוטיקול אויסגלייַכט דעם קערפּער צוריק. אַזוי קאָנען די ווערעם אַרייַנשפּאַרן דורך וויסקאָזע מעדיומס אָדער מעדיומס מיט קליינע טיילעכלעך: דהייַנו ים־זאַמד, באָדן, אינערלעכע שמאָלע חללים פֿון ווירטן. עטלעכע נעמאַטאָדן קאָנען שווימען נוצנדיק באַזונדערע ריפּן, וואָס גיין לענג־אויס דעם קערפּער.

[באַאַרבעטן] ליטעראַטור

  • Малахов В.В. (1986) Нематоды: строение, развитие, система. Москва, Наука, 215 с (מאַלאַכאָוו וו.וו. נעמאַטאָדן: געבוי, אַנטוויקלונג, סיסטעם)
  • Ruppert E.E., Fox R.S., Barnes R.D. (2004) Invertebrate Zoology: A Functional Evolutionary Approach. Thomson-Brooks/Cole, 989 pp
  • Чесунов А.В. (2006) Биология морских нематод. Москва, Товарищество науч. изд. КМК, 367 с (טשעסונאָוו אַ.וו. ביאָלאָגיע פֿון ים־נעמאַטאָדן)
פערזענלעכע געצייג

װאַריאַנטן
נאָמענטיילן
אַקציעס
נאַוויגאַציע
צוזאַמענאַרבעט
געצייג קאסטן
אין אַנדערע שפראַכן