ראיאטן קאנטראל

פֿון װיקיפּעדיע

ראיאטן קאנטראל זענען די מאסנאמען וואס די פאליציי נעמען אונטער צו ברענגן א ראיאט אונטער קאנטראל.


פאליצייאישע טאקטיקן קעגן ראיאטן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין די פארגאנגנהייט האבן די פאליציי גענוצט פשוט'ע טאקטיקן צו קאנטראלירן ראיאטן געבויט אויפ'ן פאקט אז וויבאלד די פאליציי איז בעסער עקוויפטעט ווי די מאסן וועלן זיי קענען איבערקומען די צעווילדעוועטע פראטעסטירער. די פאליציי פלעגט פארמירן א שורה און אריינגעדרינגן אינעם הארץ פונעם כאאס און פארטריבן און געשלאגן אויף רעכט און לינקס.

די סארט טאקטיקן האט אבער געברענגט אסאך פאטאליטעטן ווייל די פאליציי איז נישט געווען געוואוינט צו אזעלכע מהומות און וויבאלד זיי האבן זיך געשפירט אלס באפאלענע האבן זיי געארבעט זייער ווילד און ווער עס איז זיי געשטאנען אין וועג איז צעשלאגן געווארן. אויסער די פאטאליטעטן האבן זיי נישט געקענט האלטן א קאנטראל אויף די אונטערצינדער און האבן נישט געקענט ארעסטירן די אנפירער, זייענדיג אין געפאר און אין א גרויסע צעמישעניש.

איינע פון די באקאנסטע דורכפעלער אין ראיאטן קאנטראל איז געווען ביי די דעמאקראטישע קאנווענשאן אין שיקאגא, אילענאו, אין 968' ווען די דעמאקראטן האבן זיך געגרייט צו נאמינירן אלס זייער פרעזידענט קאנדידאט הובערט האמפערי וועלכער איז געווען א שטארקער פרא-מלחמה קאנדידאט. די אנטי-מלחמה אקטיוויסטן האבן ארגאניזירט גרויסע פראטעסטן וועלכע דער מעיאר פון שיקאגא און זיין פאליציי האבן אנגענומען און באטראכט אלס די פיינט. די מאסן איז אפגעהאלטן געווארן מיט שטארקע בריגאדעס אבער די פאליציי איז באשמוצט געווארן אין גאנצן לאנד צוליב זייער ברוטעליטעט קעגן זייער אייגענע סיטיזענס. די פאליציי האט געשלאגן יעדן וואס איז זיי אונטערגעקומען, אריינגערעכנט דזשורנאליסטן, און רעד קראס וואלונטירן וועלכע זענען געקומען צו הילף פאר די אטאקירטע.

היינט זענען די פאליציי נאך מער עקוויפטעט אבער, וויכטיגער פון דעם, זענען זיי פיל מער ארגאניזירט און נוצן פארגעשריטענע טאקטיקן וויאזוי אריינצודרינגן אין א ראיאט און דאך פארהאלטן פאטאליטעטן. די פאליציי האט שטודירט און אויסגעטראפן א פארמאציע וועלכע איז זייער עפעקטיוו און גיט זיי א געלעגנהייט צו ארעסטירן מער מענטשן.

די פארמאציע איז אויסגעשטעלט ווי פאלגנד: זיי שטעלן זיך אויס אין 4 רייעס און יעדע רייע באשטייט פון א געוויסע צאל אפיצירן. די ערשטע רייע באשטייט פון צוויי גרופעס פון 5 אפיצירן וועלכע זענען עקוויפטעט מיט טרערן גאז אין פאל עס פעלט זיך אויס. אונטער זיי גייען די פירער פון די גרופע וועלכע באשטייט פון צוויי אדער דריי אפיצירן. אין די דריטע רייע גייען דריי באזונדערע ארעסט גרופעס וועלכע באשטייען יעדע איינע פון 2 אפיצירן. און צום לעצט גייט א שטארקע פאליציי קראפט וועלכע זענען איינגעטיילט אין צוויי גרופעס.

די פארמאציע איז אזוי אויסגעשטעלט אז יעדע גרופע זאל זיך קענען גרינג מאנואווירן אין פאל זיי, אדער אן אנדערע גרופע, קומט אונטער אטאקע. די גאנצע פארמאציע קען זיך זייער שנעל באוועגן און יעדע פון זיי באוואכט די אנדערע. וויבאלד ארעסטן איז די שווערסטע טייל אין א ראיאט שטעלן זיי די ארעסט אפיצירן אינדערמיט וואו זיי קענען זיך גרינג אן עצה געבן מיט די ארעסטירטע אן ווערן געשטערט פון אנדערע פראטעסטירער.

נאך א טאקטיק פון די פארמאציע איז אז די גרופעס זענען אפגערוקט איינע פון די אנדערע כדי די מאסן זאלן קענען ארויסגעלאזט ווערן פון צווישן די לעכער. ספעציעל איז די טאקטיק וויכטיג ווען די פארמאציע דרינגט אריין אין די צעהיצטע מאסן וואס אויב די פארמאציע וואלט געווען ווי א וואנט וואלט די פארשריט געווען פיל שווערער און די ראיאט וואלט געהאט מער קראפט צו קעמפן. די פארמאציע קען זיך אבער זייער שנעל באוועגן און ווען זיי ווילן מאכן אן ארעסט אדער ווען זיי ווילן יא בלאקירן די מאסן פון א געוויסן פונקט קענען זיי זיך פאראייניגן אין סעקונדן.

די פאליציי טרענירט זיך כסדר לויט די פארשריטן און זיי נוצן אנדערע אפיצירן אלס די מאסן. די פארמאציע טוט זיך אן אלע שמונה בגדים און די געמאכטע מאסן אטאקירן און ווארפן אלעס וואס קומט זיי אונטער אין די הענט.


ראיאט קאנטראל טעכנאלאגיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די וויכטיגסטע און ערשטע עקוויפמענט וואס די ראיאט פאליציי טוען אן באשטייען פון א העלמעט מיט א דורכזיכטיגע צודעק פאר'ן געזיכט, קערפער ארמאר, און א גרויסע קערפער פאנצער. די דריי געצייג אינאיינעם ווערן אנגערופן "הארד טעק".

די קערפער פאנצער און דאס געזיכט צודעק זענען ביידע געמאכט פון א געוויסע אויסגעארבעטע גלאז וועלכע רופט זיך לעקסאן. די סארט גלאז קען זיין בולעט-פרופ אויב עס איז גענוג דיק. אבער די ראיאט פאליציי דארפן דאס נישט זיך צו באשיצן פון געווער נאר ליבערשט פון ווארפנדיגע אביעקטן וועלכע די פראטעסטירער ווארפן אין זייער ריכטונג.

די פאליציי נוצט אסאך פארגעשריטענע געווער וועלכע פארמינערן פאטאליטעטן אבער זייער הויפט וואפן איז נאך אלץ דער שטעקן. די פאליציי שטעקענעס ווערן גערופן באטאנס און קומען אין פארשידענע פארמאטן. געווענליך זענען זיי צווישן 24 און 45 אינטשעס לאנג און טייל פון זיי זענען קלענער אבער קענען זיך אויסציען ווען מען גיט א דרוק אדער ווען מען הייבט עס אן נוצן. די פאליציי זוכט וואס ווייניגער צו נוצן עכטע וואפן ביי ראיאטן אויס מורא אויב איינער פון די ראיאטירער וועט אוועקנעמען די וואפן און דעמאלט וועט זיין פאטאל. אין ראיאטן פעלער וואו די פאליציי ווייסט אז עס וועט נישט זיין אזוי געפערליך וועלן זיי טאקע נישט טראגן קיין וואפן נאר וועלן זיך באגעניגן מיט די באטאנס און אביסל פעפער ספרעי.

אין געוויסע פעלער וועלן די פאליציי יא נוצן רעוואלווערס וועלכע זיי פילן אן מיט ראבערנע קוילן אדער וואסער אדער טינט באליס וועלכע טוט מער ווי אביסל וויי ווען מען כאפט דאס אבער עס איז נישט פאטאל. די פאליציי נוצט אויך גאז לאנטשערס מיט וועלכע זיי פארגאזן די לופט מיט אומשעדליכע גאז און פארטרייבט די מאסן. אין אזעלכע פעלער וועלן די פאליציי נוצן גאז מאסקעס צו באשיצן זייער אייגענע אטעם.

אין מער רואיגע ראיאטן וועלן די פאליציי געווענליך אויך נוצן פערד וועלכע צייכנען זיך אויס אין פארטרייבן מענטשן. פערד האבן א מעלה אז זיי האבן נישט קיין פראבלעם פון די גאז וועלכע די פאליציי שפריצט און קענען טאן זייער ארבעט אפילו אין שווערע וועטער אומשטענדן. אבער אין ווילדערע פעלער קען מען זיי נישט נוצן ווייל די פערד קענען ארויסגיין פון קאנטראל און שעדיגן די גאנצע אפעראציע.


ראיאט קאנטראל פיליזאפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די ערשטע כלל וואס מען לערנט היינט די ראיאט קאנטראל כוחות איז אז זייער ציל איז נישט צו קעמפן מיט די ראיאטן נאר זיי צו בארואיגן און אהיימשיקן מיט שיינעם. דאס נוצן פאליצייאישע קראפט איז א לעצטע מיטל ווען עס איז נישט פאראן קיין אנדערע ברירה. ארגינעל פלעגט מען רופן די אפטיילונגן ראיאט סקוואדס אבער היינט רופט מען זיי מאסן מענעדזשמענט יוניטס. אין אנדערע ווערטער, זענען זיי טרענירט צו קאנטראלירן און ארויסהעלפן די באפעלקערונג און אפילו ווען זיי שטימען נישט מיט צו זייערע פארלאנגן וועלן זיי נאך אלס באטראכטן די פראטעסטירער אלס סיטיזענס און נישט אלס די פיינט.

די יוניטס זענען אויך געלערנט צו פארהאלטן דאס אויסברעך פון ראיאטן. אין פעלער וואס מען ווייסט אז עס קען אויסברעכן ראיאטן וועלן די כוחות אריינגעברענגט ווערן פון פאראויס צו פארהאלטן אזא פאסירונג. בעפאר אן אויפגעברויזטע פראטעסט האלט ביים צושטאנד קומען וועלן די פאליציי געווענליך זיך צוזאמענזעצן אדער טעלעפאנירן די אנפירער און זיי געבן זייערע ערלויבענישן וואס זיי מעגן יא און נישט טאן און דאס זעלבע וואו זיי מעגן יא אדער נישט גיין. אויב אלעס גייט ווי געפלאנט וועלן די פאליציי בכלל נישט טשעפן די פראטעסטירער.

די נייע סטראטעגיעס האט מען אנגעהויבן נוצן אין די לעצטע יארן, און ווי פריער דערמאנט, האט די פאליציי זיך געלערנט לעקציעס פון דורכגעפאלענע אפעראציעס.

אין פעלער ווען אלע בעפארגרייטונגן העלפן נישט אין די ראיאטן גייען ארויס פון קאנטראל וועלן די פאליציי אנהייבן נוצן א מער אגרעסיווע צוטריט אבער וועלן נעמען אין באטראכטן אז דאס מערהייט פון די מאסן ווילן נישט שעדיגן אדער קאנפראנטירן די פאליציי נאר ווערן אריינגעכאפט אין די אזויגערופענע מאב צוליב די געמיטער וועלכע הענגט אין דער לופטן. די גרעסטע טייל פון די מאסן אין א ראיאט זענען נייגעריגע מענטשן וועלכע קומען קוקן וואס עס וועט זיך אויסקאכן אבער אויך זיי שטערן די ארבעט פון די פאליציי.

אין יעדע ראיאט אינצידענט זענען פאראן א גרופע אדער יחידים וועלכע וועלן, אדער ווילן, בענעפעטירן פון דעם טומעל. די פאליציי דארף אויסגעפינען ווער זיי זענען און זיי איינשטילן אדער ארעסטירן. איינמאל די אנפירער זענען מער נישט דארט וועט די גאנצע ראיאט איינגעשטילט ווערן אויטאמאטיש. אבער ווי געזאגט מוזן זיי דאס טאן אויף א רואיגע און אויסגערעכנטע וועג ווייל אויב זיי נוצן קראפט און שלאגן די פראטעסטירער ווערט די מצב נאר ערגער.

אפילו ווען די פאליציי איז שוין יא אין א קאנפליקט וועלן זיי נאך אלס פרובירן צו ארעסטירן נאר די אנפירער און מיט דעם דערשטיקן די פולווער. די פאליציי רוקט זיך פאראויס זייער שנעל אבער זיי וועלן שטענדיג לאזן לעכער איינע צווישן די אנדערע כדי די מאסן זאלן קענען אנטרינען ווערן, וועלכע איז דער הויפט ציל פון זייער אפעראציע.