ראובן פייערשטיין

פֿון װיקיפּעדיע
ראובן פייערשטיין
געבורט 21 אויגוסט 1921
באטאשאן, רומעניע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 29 אפריל 2014 (אלט 92)
ירושלים, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה רומעניע, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט הר המנוחות רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך פעדאגאג, מחנך, פסיכאלאג רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פרסים ישראל-פרייז רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
ראובן פייערשטיין אין 1993

ראובן פֿײַערשטיין (י"ז אב תרפ"א, 21סטן אויגוסט, 1921כ"ט ניסן תשע"ד, 29סטן אפריל, 2014) איז געווען א ישראלישער קלינישער, אנטוויקלונג־ און באנעמיקער פסיכאלאג, און פראפעסאר פון פעדאגאגישער פסיכאלאגיע אין בר אילן אוניווערסיטעט און אין וואנדערבילט אוניווערסיטעט אין טענעסי.

ער איז געווען א געווינער פונעם ישראל פריז פאר סאציאל וויסנשאפט (1992) און א יקיר ירושלים.

ער איז באוואוסט פאר זיין טעאריע פון אינטעליגענץ וואס האלט אז אינטעליגענץ איז נישט "פעסט" נאר "בייטבאר".‏[1]

ער איז געבוירן געווארן אין באטושאן, רומעניע, איינע פון ניין געשוויסטער, אייניקלעך פונעם סופר וואס האט געשריבן די ספר תורה פארן צמח צדיק פון וויזשניץ.

ער איז נפטר געווארן אין ירושלים כ"ט ניסן תשע"ד ביי דער עלטער פון 92.‏[2]

משפחה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פוירשטיין האט געהייראט בערטא גוגנהיים, אן אוראייניקל פון אברהם ערלאנגער, וועמען ער האט דערקענט ווען ער איז געווען אין דער שווייץ. זי איז נפטר געווארן אין 2006.‏[3] זיי האבן געהאט פיר קינדער:

זיין שוועסטער בלהה איז געווען די ווייב פון פראפעסאר יעקב ראנד און די מוטער פון דעם אקטיאר שולי ראנד.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: ראובן פייערשטיין

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]