ראובן הורוויץ (דעמביץ)

פֿון װיקיפּעדיע

רבי ראובן הורוויץ זצ"ל (ה'תק"ף - ה'תרמ"ה), רב אין דעמביץ.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי ראובן איז געבוירן אין יאר ה'תק"ף (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב, א זון פון מנחם מענדל ראַבין, רב אין לינסק, באקאנט אלס רבי מענדעלע לינסקער. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הנגיד הרב יחיאל איכל רויזנפעלד פון ראווא-רוסקא.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי ראובן איז געווען זייער יונג ווען מען האט אים אויפגענימען רב אין דעמביץ, (און אנפאנג האט ער געהאט שווערע קעגנערס). ער פלעגט נישט צושלאפן גאנץ שבת, דערפאר פלעגט ער טאנצן אגאנצן טאג, די חסידים האבען זיך איינגעטיילט צו טאנצן מיט אים א גאנצן שבת.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי ראובן איז נפטר געווארן אין יאר ה'תרמ"ה (אומגעפער)

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי ראובן האט געהייראט בזיווג ראשון אן אייניקל פון הרב איסר רב אין ראזוואדאוו. זייער זון:

בזיווג שני האט רבי ראובן געהייראט מרת דבורה א גביריש קינד, זי האט געפירט גרויסע געשעפטען, אויף חתונה צומאכען די קינדער פלעגט זי פארקויפען עפעס א פראפערטי. זייערע קינדער:

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר