קרית יואל וואכנשריפט

פֿון װיקיפּעדיע

די קרית יואל וואכנשריפט איז א לאקאלע וועכנטליכע אויסגאבע, געדרוקט אין צייטונג-פארמאט, וועלכע ערשיינט יעדן פרייטאג אינעם סאטמארער שטעטל קרית יואל אין מאנרא, ניו יארק. עס פארמאגט נייעס פון שטעטל און פון די בני יואל און זאלוינישע און אזוי אויף דעקט עס די ארוינישע נייעס.

אויך פארמאגט עס לאקאלע גויאישע נייעס, אויף אן אויפן ווי עס ווערט פארגעשטעלט אין דער דרויסנדיגער פרעסע.

קרית יואל וואכנשריפט צייטונג וועכנטליך יעדע וואך בחינם
קרית יואל וואכנשריפט צייטונג וועכנטליך יעדע וואך בחינם

עס ווערט ארומגעשיקט אויף די פאסט, פריי פון אפצאל, פאר אלע ק"י'ער איינוואוינער.

זיי האבן א שייכות מיט דער איד און נעמען ארטיקלען און נייעס פון דארט, (גלייך ווי דער קרית יואל זשורנאל איז ווי אן אפטיילונג פון דער בלאט), אבער עס פארמאגט א באזונדערע קאסע און א באזונדערע רעדאקציע.

עס האט אנגעהויבן ערשינען אנהויב ווינטער ה'תשע"ג.