קרייז

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

א קרייז איז א געאמעטרישע פארעם אין צוויי דימענסיעס אין וואס יעדער פונקט איז ווייט דעם זעלבן דיסטאנץ פון א געוויסן פונקט, דער צענטער. דעם דיסטאנץ פון יעדער פונקט צום צענטער ווערט גערופן דער ראדיוס. א קרייז צעטיילט דעם פלאך אין צוויי טיילן: אינעווייניק און אויסנווייניק.

א גראדע ליניע צווישן צוויי פונקטן אין א קרייז וואס גייט אדורך דעם צענטער הייסט א דיאמעטער; א דיאמעטער איז צוויי מאל אזוי לאנג ווי דער ראדיוס.

די לענג פון א קרייז הייסט דער ארומנעם. אין א קרייז מיט ראדיוס r איז דער ארומנעם 2πr.

זעט אויך [באַאַרבעטן]