צעל
א צעל איז דער קלענסטער לעבעדיקער אײנס, מיט װאָס יעדער לעבעדיקער אָרגאַניזם איז צונױפֿגעשטעלט. דאָס װאָרט צעל שטאַמט פֿון לאטיין cellula, אַ קעמערל. עס הײסט אַזױ, װײַל גענױ אַזױ קוקט דאָס אױס װי קלײנע קעמערלעך. די צעל איז אַזױ װי אַ ציגל פֿאַר אַ בנין מיט װאָס דער קערפּער איז געבױט.
צעל מאָרפֿאָלאָגיע [באַאַרבעטן]
(1) נוקלעאָלוס
(2) צעלקערן
(3) ריבאָזאָמען
(4) װעזיקל
(5) גראַנולאַרעס ענדאָפּלאַזמישעס רעטיקולום
(6) גאָלדזשי אַפּאַראַט
(7) ציטאָסקעלעט
(8) גלאַטעס ענדאָפּלאַזמישעס רעטיקולום
(9) מיטאָכאָנדריעס
(10) װאַקואָלע
(11) ציטאָזאָל
(12) ליזאָזאָם
(13) צענטריאָלעס
יעדע צעל האָט אַן אײַנהיל װאָס מען רופֿט אים צעל מעמבראַנע װאָס אָפּצוטײלט די צעל פֿון אױסערע סבֿיבֿה. אינעװײניק איז די צעל פֿאַרפֿולט מיט ציטאָפּלאַזם, אַ געל װאָס שליסט אײַן פֿאַרשײדענע צעלולאַרע עלעמענטן. די דאָזיקע עלעמענטן װאָס האָבן אײגענע מעמבראַנעס הײסן "אָרגאַנעלעס" און זײַנען קאָמפּאַרטמענטס, די שפּילן װאָס מאַכן אײגענע אלא קאָניוגירטע ראָלעס.
מענטשישע צעלן [באַאַרבעטן]
אַלץ צוזאַמען זענען פֿאַרהאַן 100 טריליאָן צעלן אין דעם מענטש. דער קלענסטער צעל איז אין דער זרע פֿון אַ מאַן. און דער גרעסטער צעל איז אין אַ אײ פֿון אַ פרוי.
