קלינישע דעפרעסיע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

קלינישער דעפערעסיע איז א סארט דעפרעסיע פון א מצב פון שטארקן טרויער, עצבות, מרה-שחורה, אדער פארצווייפלונג וואס איז דערגאנגען אזוי ווייט, אז עס פארדרייט די געזעלשאפטלעכע פונקציאנירונג פון א מענטש אדער זיינע טאג טעגלעכע אקטיוויטעטן. די "קלינישע דעפרעסיע" איז א דיאגנאז פון א געזונט-פאכמענטש און איז אנדערש פון סתם דערשלאגנקייט.

לויט די קריטעריעס (געזעצן) פון די-עס-עם 4, דער הויפט-וועגווייזער פאר שטעלן פסיכיאטרישע דיאגנאזן, נעמט אריין די דעפרעסיע איינעם פון די פאלגנדיקע צוויי עלעמענטן במשך כאטש צוויי וואכן.

1. דעפרעמירט/דערשלאגן געמיט, אדער 2. פעלן פון הנאה (אנהעדאניע בלע"ז)

פארן דיאגנאז איז גענוג צו האבן איינעם פון די סימפטאמען צוזאמען מיט פינף פון די פאלגנדיקע רשימה במשך צוויי וואכן. דאס נעמט אריין:

  • געפילן פון עצבות אדער מורא, אדער דאס ניט קענען שפירן עמאציעס (ליידיקייט)
  • די פארקלענערונג פון אינטערעס/הנאה פון אלע, אדער כמעט אלע, טאג טעגלעכע טעטיקייטן
  • געביטענער אפעטיט, אדער ארויפ-/אראפגיין פון וואג
  • פארדרייטע שלאף-סדר אדער צופיל שלאפן
  • פארלאגזאמטע מוסקול-באוועגונגען כמעט יעדן טאג
  • פארמאטערטקייט, גייסטיק אדער פיזיש, אדער פארלירן כוח
  • שטארקע געפילן שולדיקייט, נערוועזקייט, הילפלאזיקייט, האפנונגסלאזיקייט, ווירדלאזיקייט, איינזאמקייט אדער פחד
  • שוואריקייטן קאנצענטרירן זיך, פוקוסירן זיך אדער בכלל פאמעלעך טראכטן, אריינגערעכנט זיכרון
  • כסדרדיק טראכטן פון טויט (ניט נאר מורא פארן טויט), חשק "זיך אוועקלייגן און שטארבן" אדער "אויפהערן אטעמען", כסדרדיקע געדאנקען פון זעלבסטמארד אן א פלאן, אדער א זעלבסטמארד-אטענטאט אדער פלאן צו נעמען זיך דאס לעבן

רפואות פאר דער קלינישער דעפרעסיע קען מען צעטיילן אויף צוויי טיפן: פסיכא-טעראפיע און מעדיקמענטן. בדרך-כלל, זיינען ביידע עפעקטיוו, כאטש צו פארגלייכן זייער עפעקטיווקייט ווענדט זיך אין דעם, ווי שטארק ס'איז די דעפרעסיע. א סך וויסנשאפטלערס מיינען היינט צו טאג, אז די קאמבינאציע פון מעדיקאמענטן און טעראפיע איז רעקמענדירלעך אין שווערער דעפרעסיע, ד"ה מער עפעקטיוו ווי מעדיצין אדער טעראפיע אליין. פונדעסטוועגן, קען זיין אז איינס אדער דאס צווייטע קען דינען אליין ווי אן עפעקטיווע רפואה אין פאלן און מילדער אדער מיטעלער דעפרעסיע.

היינט צוטאגס, איז דא זייער אסאך ליידענדע אויף דעפרעסיע וכדומה, פארשער זאגן אסאך סיבות דערויף, אבער די פאקט איז, אז זייער אסאך ברויכען היינט נעמען מעדעצין כדי צוזיין נארמאל. דאנק גאט, איז היינט שוין ערפינדן דעם מעדעצין לעקסעפראוי וואס איז נישט פאר'רעכענט אלץ א הארבע נערוון פיל, נאר א מעדעצין וואס ווערט היינט גענוצט דורך א ריזן פראצענט פונעם געהעריגן פובליקום, גרויסע פירער און וואס האבן פוהל דרוק, אסאך וואס גייען אדורך א טראומא, ווערן געשטיצט עס צו נעמען. מ'זאגט א ערנסטן ווערטל, אז בקרוב וועט זיין אויסגעשטעלט, אזויווי א פאבליק טעלעפאן אדער א סאדע מאשין, אויכעט א קעסטל ווי מ'וועט קענען קויפן דעם לעקסעפרו, אז ס'זאל זיין צובאקומען צוליב די פולע פארלאנג.

וועבלינקס[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]