קליינפוילישע וואיעוואדעשאפט

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
קליינפוילישע וואיעוואדעשאפט (וואיעוואדעשאפט)
Województwo małopolskie
POL województwo małopolskie flag.svg POL województwo małopolskie COA.svg
מדינה / טעריטאריע Flag of Poland.svg פוילן
גרינדונג דאטע 1999
קאארדינאטן 49°52′N 20°16′E / 49.867, 20.267קאארדינאטן: 49°52′N 20°16′E / 49.867, 20.267
דיסטריקטן אין וואיעוואדעשאפט 19
שטעט אין ראיאן 3
הויפטשטאט פון וואיעוואדעשאפט קראקע
שטח 15,108 קוואדראט ק"מ
באפעלקערונג

 ‑ אין וואיעוואדעשאפט
 ‑ ענגקייט

3,267,731‏
220 באוואוינער א ק"מ2
http://www.malopolskie.pl/
Malopolskie (EE,E NN,N).png

די קליינפוילישע וואיעוואדעשאפט (פויליש: województwo małopolskie מאלאפאלסקא) איז א וואיעוואדעשאפט (פראווינץ) אין דרום פוילן. זי איז געשאפן געווארן דעם 1טן יאנואר 1999 פון די געוועזענער קראקער, טארנער, צאנזער און (טייל פון) בילסקער, קאטאוויצער,קעלצער און קראסנער וואיעוואדעשאפטן.

דער נאמען פון דעם פראווינץ דעם היסטארישן ראיאן פון קלייפוילן, וואס איז געווען אסאך גרעסער פון דער היינטיקער וואיעוואדעשאפט. איר הויפטשטאט איז קראקע.

די פראווינץ האט גרענעצן מיט דער שלעזישער וואיעוואדעשאפט צו מערב, שווענטאקזשיקיע וואיעוואדעשאפט צו צפון, אונטערקארפאטיע צו מזרח און סלאוואקיי צו דרום. זי באדעקט א שטח פון 15,108 קוואדראט ק"מ, און האט א באפעלקערונג פון 3,267,731 (אין 2006). די פראווינץ געפינט זיך אויפן קרייצוועג פון די אינטערנאציאלע רוטעס פון דרעזדן קיין קיעוו און דאנציג קיין בודאפעשט.