קינגס קראס באן סטאנציע

פֿון װיקיפּעדיע

שפּרינג צו: נאַװיגאציע, זוכן
קינגס קראס

קינגס קראס באן סטאנציע איז א הויפט באן טערמינוס, געעפֿנט אין 1852. זי געפינט זיך אין צענטראל לאנדאן, אויף דער יוסטאן גאס אין דער לאנדאנער בארא פון קאמדן. לעבן דער סטאנציע צו מערב איז סט פאנקראס באן סטאנציע, און די צוויי סטאנציעס טיילן זיך מיט דער קינגס קראס סט פאנקראס טובע סטאנציע פון דער לאנדאנער אונטערגרונד.

די סטאנציע איז דער דרומדיגער טערמינוס (סוף-סטאנציע) פון דער מזרח ברעג הויפטליניע פון לאנדאן אין די שטעט לידז, הול, ניוקאסטל און סקאטלאנד; דער היינטיקער אפעראטאר פון די ליניעס איז נאציאנאל עקספרעס מזרח ברעג. די סטאנציע באדינט אויך די צופֿארער ליניעס קיין הארטפארדשיר, אפערירט דורך ערשטער קאפיטאל קאנעקט.