ברכת החמה

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון קידוש החמה)

ברכת החמה אדער קידוש החמה איז די ברכה וואס מען זאגט ווען מען זעט די זון אין דעם אנהייב פון יעדן זון ציקל פון 28 יאר, ווען לויט דער יידישער מסורה קערט צוריק די זון צו איר ארגינעלן ארט אין דער צייט ווען די וועלט איז באשאפן געווארן.

די ברכה אין די מקורות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די ברכה ווערט דערמאנט אין דער ברייתא וואס די גמרא ברענגט אין מסכת ברכות (נט, ב):

תנו רבנן (=אונזער רבנים האבן געלערנט): הרואה חמה בתקופתה, לבנה בגבורתה, וכוכבים במסילותם ומזלות כסדרן - אומר 'ברוך עושה בראשית'. ואימת הוי (=ווען פאסירט "חמה בתקופתה")? אמר אביי: כל כ"ח שנין והדר מחזור ונפלה תקופת ניסן בשבתאי באורתא דתלת נגהי ארבע (=יעדע 28 יאר, ווען דער ציקל קומט צוריק און די תקופה פון ניסן געפאלט אין דעם מזל פון שבתאי אין דער נאכט צווישן דינסטאג און מיטוואך).

די ברייתא ווערט אויך געברענט אין מדרש רבה אויף ספר ויקרא (פרשה כג, פסקה ח).

אזוי פסקנט אויך דער רמב"ם (הלכות ברכות י, יח):

הרואה את החמה ביום תקופת ניסן של תחילת המחזור של שמונה ועשרים, שהתקופה בתחילת ליל רביעי--כשרואה אותה ביום רביעי בבוקר, מברך עושה בראשית...

אין שולחן ערוך איז דער לשון אזוי (אורח חיים רכט סעיף ב):

הרואה חמה בתקופתה והוא מכ"ח לכ"ח שנה והתקופה בתחלת ליל ד' כשרואה אותה ביום ד' בבוקר אומר ברוך עושה מעשה בראשית

ווען זאגט מען די ברכה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דאס לעצטע מאל ווען מ'האט געזאגט די ברכה איז געווען י"ד ניסן ה'תשס"ט (8טן אפריל 2009), און דאס קומענדיקע מאל וועט זיין כ"ג ניסן ה'תשצ"ז (8טן אפריל 2037).

די ברכה קען מען זאגן נאר מיטוואך, איין מאל יעדע 10,227 טעג (דאס איז 28 מאל 365.25 טעג).

די טעג פון זאגן די ברכה פונעם 18טן יארהונדערט ביזן 22סטן יארהונדערט:

יארהונדערט צייטן פון דער ברכה
18טער י"ה כ"ז אדר ב' ה'תס"א - 6טן אפריל 1701
ז' ניסן ה'תפ"ט - 6טן אפריל 1729
ט"ז ניסן ה'תקי"ז - 6טן אפריל 1757
כ"ו ניסן ה'תקמ"ה - 6טן אפריל 1785
19טער י"ה ז' ניסן ה'תקע"ג - 7טן אפריל 1813
ט"ז ניסן ה'תר"א - 7טן אפריל 1841
כ"ו ניסן ה'תרכ"ט - 7טן אפריל 1869
ה' ניסן ה'תרנ"ז - 7טן אפריל 1897
20טער י"ה י"ד ניסן ה'תרפ"ה - 8טן אפריל 1925
כ"ג ניסן ה'תשי"ג - 8 אפריל 1953
ד' ניסן ה'תשמ"א - 8 אפריל 1981
21טער י"ה י"ד ניסן ה'תשס"ט - 8 אפריל 2009
כ"ג ניסן ה'תשצ"ז - 8 אפריל 2037
ב' ניסן ה'תתכ"ה - 8 אפריל 2065
י"ב ניסן ה'תתנ"ג - 8 אפריל 2093

וועבלינק[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אזהרה: מען פסק'נט נישט קיין הלכה פון וויקיפעדיע.